בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין צייטליך אין שטוב צו צינדן חנוכה ליכט
חינוך הילדים, חנוכה, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פאראויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן.


מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה.


היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק.


ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.