בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר, מגיד שיעור בישיבתינו הקדושה, קרית ברסלב ליבערטי
יעצט זומער האלט איך מיט פון דער נאנט ווי דו לערנסט מיט די בחורים, איך בין זייער איבערגענומען פון די סבלנות דיינע און ישוב הדעת; ווי פון איין זייט האסטו די דרך ארץ, די דיסציפלין און אין די זעלבע צייט האסטו די ימין מקרבת, מיט אזא הארץ און אזא ווארעמקייט.
איך בעט דיר זייער זאלסט אריינלייגן אין מיין בחור יראת שמים און דרך ארץ. איך ווייס אז מיט א טייל בחורים באגייסטו זיך מיט צומאכן די אויגן, זיך מאכן ווי דו זעסט נישט וכו', אבער איך וויל דיר בעטן, ביי מיין זון זאלסטו נישט פארמאכן די אויגן, נאר וואס מער פארלאנגען דרך ארץ ויראת שמים.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן חן און סייעתא דשמיא מיטן יעדן תלמיד, זיי זיך מתבודד, בעט פאר יעדן תלמיד זאל מצליח זיין, און למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה, אין פרץ ואין יוצאת ואין צווחה ברחובותינו, ווי חכמינו זכרונם לברכה דרש'ענען (ברכות יז:): "שלא יהא לנו בן או תלמיד" וכו'.