בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך איבערבעטן און זיין נאר פרייליך אום שבת קודש
שמחה, שלום בית, שבת קודש, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען שבת קומט דארפן מיר זיך זייער פרייען, שבת דארף מען זיין זייער פרייליך. דער רבי האט אונז אנגעזאגט אויף דעם, צו זיין גאנץ שבת פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז), און חס ושלום זיך קריגן אדער זיין בכעס.


דער חיד"א זאגט (עבודת הקודש מורה באצבע סימן ד, אות קמ), ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער מאכט עס זאל ווערן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש; ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי.


בעט איבער דיין ווייב, זאג איר בפה מלא: "זיי מיר מוחל"; זאג עס מיט הארץ, נישט אונטער די נאז. זיי נישט קיין אויבער חכם, עס לוינט נישט צו ליידן א גאנץ לעבן וועגן אביסל גאווה, שוין גענוג געליטן פון די פארשטונקענע גאווה, פון נישט פּאסטן צו איבערבעטן, פון נישט פּאסטן צו רעדן שיין ווי אן ערליכער איד דארף רעדן, בעט איר איבער און געב איר גוטע ווערטער, פיר זיך ערליך און הייליג.


זיך אפשיידן וכו' - דאס איז נישט די תורה וועג, נישט אהיים קומען - דאס איז נישט די וועג, ביים רבי'ן הערן מיר הייליגע לימודים, מען זאל יא לעבן אינאיינעם וכו'.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר גארנישט אנגיין אין שטוב, זאלסט נישט מקפיד זיין אין שטוב, זאלסט זיין פרייליך, טאנצן און זינגען א גאנץ שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.