בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין ליבער ... נרו יאיר
איך האב זייער הנאה געהאט צו זען די פאר טעג וואס דו ביסט איינגעשטאנען ביי מיר אין שטוב - ווי די פירסט זיך אזוי איידל, פול מיט יראת שמים, איך בין זייער נתפעל פון דיר און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דו וועסט בלייבן מיט די תמימות.
יעצט קומט 'דער הייליגער יום טוב שבועות', איך וויל דיך מחזק זיין אז שבועות ביים דאווענען זאלסטו זיך אויסבעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט, יום טוב שבועות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ישועות און רפואות, און אזוי ווי ווען די אידן זענען געקומען צו מתן תורה, זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא יתרו, ח), אז אלע קראנקע זענען אויסגעהיילט געווארן און אלע בלינדע האבן אנגעהויבן זען, און די טויבע האבן אנגעהויבן הערן, און אזוי ווייטער, אזוי איז יעדע יאר ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות און מען איז נאכאמאל מקבל די תורה, קען מען זוכה זיין צו אלע ישועות און רפואות, מען דארף נאר שטארק גלייבן אין דעם.
ביי די ברכה פון 'אהבה רבה' זאלסטו זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען תורה און צו פארשטיין די תורה, ווייל אפילו מען איז ווייט פון לערנען תורה און פון פארשטיין תורה, ווער רעדט נאך פון פארשטיין די סודות התורה, דורך בעטן דעם אייבערשטן קען מען דאס פועל'ן אינעם הייליגן יום טוב שבועות. אזוי האט דער צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז געזאגט: "ראש השנה איז מען דן די פרנסה פונעם מענטש, א בילקע מער א בילקע ווייניגער, און יום טוב שבועות איז מען דן וויפיל מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה", זאלסטו זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ליכטיגע אויגן אין די תורה, זאג שטייט די ווערטער פון 'אהבה רבה', זאג יעדע ווארט מיט כוונה. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען, ער האט געזאגט אז ער האט געהערט אין מתיבתא דרקיעא אז די גלות ציט זיך אזוי לאנג ווייל מען כאפט אפ די ברכה פון 'אהבה רבה', מען זאגט עס נישט מיט כוונה; ווייל די תפילה פון אהבה רבה איז זייער א וויכטיגע תפילה, אז מען זאל זוכה זיין צו האבן הייליגע אויגן אין די תורה, מען זאל זוכה זיין צו פארשטיין די טיפע הויכע סודות וואס ליגט באהאלטן אין די ווערטער פון די תורה.
און ווען מען זאגט הלל, זאלסטו זאגן הלל מיט א געשמאק, אויפן קול. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל בְּקוֹל גָּדוֹל, זוֹכִים לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דורך זאגן הלל אויפן קול איז מען זוכה ליב צו האבן דעם אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ג): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל, יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֵאוֹיְבֶיךָ", דורך זינגען הלל וועט דער אייבערשטער דיר העלפן פון דיינע פיינט, דאס מיינט מען די סטרא אחרא וואס זיי זענען די גרעסטע פיינט, זיי ווילן אוועקרייסן דעם איד פון די תורה, פון די קדושה, פון די אמונה, און דורך לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן - ווערט מען פון זיי געראטעוועט.
געב א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן, נישט יעדער האט אזעלכע טייערע עלטערן וואס דו האסט, דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו האסט אזעלכע טייערע טאטע מאמע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.