בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאס ווייסן אלע פרויען אז ווען מען איז אנגעצויגן נעמט דאס אוועק די מילך; קען זיין פון די גאנצע פרשה וואס איז יעצט אריבער וכו' - זענט איר אנגעצויגן, דאס נעמט אוועק די מילך.
זאלט איר זיך גוט אויסלאכן און נישט נעמען קיין פרעמדע זארג; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט און איר האט אן ערליכער מאן מיט א געזונטע בעבי, און מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן, און אז די גאנצע משפחה קאכט א קעסל מיט מחלוקת, יעדער האט א דעה ווער עס איז גערעכט - זאל דאס אייך נישט אינטערעסירן, איר דארפט נישט זיין אויפן טעלעפאן, נישט זיין אויף די גרופס, נישט מיטהאלטן, נישט הערן - וועט די גאנצע מילך צוריק קומען.
דער רבי זאגט א סגולה צו האבן מילך, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן (ספר המידות אות בנים, סימן סה).
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.