בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך געדרייט אויף דער ערד ווי א רעדל פאר שמחה
שמחה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט ארויסגעבן די נייע שיינע הערליכע קונטרסים עצתו אמונה. טויזנטער און צענדליגער טויזנטער זענען זיך מחי' מיט די נייע קונטרסים; חיזוק, עצות והדרכה פארן לעבן וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיך נעמען צו די עצתו אמונה פאר קינדער, טראכטן נייע געדאנקען ווי אזוי מען קען אנציען די קינדער זאלן לעבן מיט די 'עצתו אמונה פאר קינדער', ווייל וואס קינדער ליינען - דאס איז וואס גייט אריין אין זייער קאפ; אפילו עס וועט זיך טון מיט זיי וואס עס וועט זיך טון - וועלן זיי אבער געדענקען זייער גאנץ לעבן די יראת שמים, די מידות טובות און די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


די וואך זאל זיין די מעשה: "וואס איז אין הימל חשוב"


בעט דעם מעלער צו מאכן פאר די וואך 'עצתו אמונה פאר קינדער' א בילד פון מוהרא"ש ווי ער דרימלט, און פון דער זייט ווי איינער דרייט זיך ווי א רעדל, א בילד פון א רעדל און נאך א רעדל, מען זאל זען אינעם בילד ווי איינער דרייט זיך.


שא שטיל... עס איז אינמיטן די נאכט... מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דרימלט און ער זעט אן אינטערעסאנטע חלום.


ער חלומ'ט זיך ווי עס קומט צו פליען א נשמה פון די הויכע הימלען, די נשמה זעט אויס צו זיין זייער פרייליך, די נשמה'ס פנים שיינט פון שמחה, די נשמה זעט אויס ווי ס'טאנצט, מוהרא"ש ווארט צו הערן פון די נשמה עפעס פון יענע וועלט, וואס איז חשוב אין הימל.


עס איז שטיל, די לבנה שיינט, אויך זעט מען די שטערנס ווי זיי שטראלן, די הימל איז שווארץ, די נשמה זאגט אין חלום: "וואלטן מענטשן געוואוסט ווי חשוב אין הימל איז ווען מען איז פרייליך, ווי הייליג עס איז צו זיין לוסטיג - וואלט מען זיך געדרייט אויף דער ערד ווי א רעדל פאר שמחה".


אזוי רעדנדיג זעט מוהרא"ש ווי די נשמה הויבט זיך אן דרייען ווי א רעדל, די נשמה האט זיך געדרייט און געדרייט ביז ער האט איר מער נישט געזען.


מוהרא"ש וועקט זיך אויף, מוהרא"ש גיסט אפ נעגל וואסער, און ער הויבט אן טאנצן. מוהרא"ש האט יעדן טאג געטאנצן, עס איז נישט אריבער איין טאג וואס מוהרא"ש זאל נישט טאנצן פאר שמחה אז ער איז א איד און נישט קיין גוי, און אז ער ווייסט פון הייליגן רבי'ן, און מוהרא"ש שרייבט אראפ די חלום פאר אונז, מיר זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון שמחה.


דער טאטע הויבט אן זינגען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך היט שבת" און אלע קינדער לייגן זיך אראפ אויף די ערד און מען הויבט זיך אן דרייען ווי א רעדל פאר שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.