בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיך מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן. עס איז שוין אריבער כמעט צוואנציג יאר, אבער ביי מיר איז דאס נאך פריש אזוי ווי די מעשה וואלט היינט פאסירט, דו האסט מיר אריינגעשלעפט אין היכל הקודש, האסט מיר געזאגט איך זאל קומען דאווענען אין היכל הקודש; דארט האב איך אנגעהויבן הערן אביסל אמת'ע דיבורים און נאכדעם האב איך באקומען דעם ספר אשר בנחל; דורך דיר האב איך מיין חיים טובים.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן. דאס איז די שיינקייט פון א איד, אפילו עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, צרות ויסורים - דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג) אויפ'ן פסוק (תהלים יא, ה): "'ה' צַדִּיק יִבְחָן', הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", ווען דער טעפער וויל בודק זיין די כלים אויב זיי זענען גענוג שטארק - וועט ער נישט נעמען א שוואכע כלי און קלאפן דערויף ווייל עס וועט זיך צעברעכן, "וּמִי הוּא בּוֹדֵק, בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער נעמט די גוטע שטארקע כלים, "אֲפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", אפילו ער האקט אויף זיי שטארקע קלעפ - צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.
נאך זאגן זיי: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת", ווען מען האט גוטע פלאקס - דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, עס ווערט בעסער און בעסער, "וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווי מער מען קלאפט דערויף ווערט עס פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", און ווען די פלאקס איז א שוואכע - דעמאלט קלאפט מען נישט אויף דעם, ווייל עס וועט צוגרינד גיין, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט: "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.
נאך זאגן זיי: "מָשָׁל לְבַעַל הַבַּיִת שֶׁהָיָה לוֹ שְׁתֵּי פָּרוֹת", עס איז צוגעגליכן צו איינער וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רַע", איין קו איז א שטארקע און איינע איז א שוואכע, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל", אויף וועלכע קו לייגט ער ארויף די שווערע לאסט? "לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה", אויף די קו וואס איז שטארק, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים, שֶׁנֶּאֱמַר, ה' צַדִּיק יִבְחָן", אזוי טוט דער אייבערשטער, ער פרובירט אויס נאר די צדיקים, ער ווייסט אז זיי האבן כוחות, זיי וועלן נישט צאמפאלן, זיי וועלן בלייבן ביי די אמונה.
דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, וועסט נאך זען נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט.