בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול
חינוך הילדים, בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין שול גלייך אינדערפרי, גיי נישט צו קיינעם, רעד נישט מיט קיינעם, שמועס נישט מיט קיינעם - ביז דו ענדיגסט דאווענען, פארפאס נישט קיין איין תפילה. זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול, ווייל ווי אזוי דו וועסט זיך יעצט פירן, אפילו מיט די גאר קליינע קינדער - אזוי וועלן דיינע קינדער זיך פירן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווער עס האט שול אין זיין שטאט און ער גייט נישט אין שול דאווענען - ברענגט ער אז זיינע קינדער זאלן דארפן גיין אין גלות; ווייל ווען קינדער זעען ווי דער טאטע גייט נישט אין שול זענען זיי אויך מזלזל אין דעם, זיי וועלן האבן חס ושלום א גלות לעבן רחמנא לצלן.


אזוי אויך, אז דו וועסט שמועסן ביים דאווענען וועלן דיינע קינדער בכלל נישט דאווענען. האלט די שול הייליג, מאך נישט קיין ביזנעס אין שול, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט כבוד, וויקל זיך איין אין טלית און בעט: "רבונו של עולם געב מיר ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לעבן מיט דיר, גיין בדרך התורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.