בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך נישט אריינמישן אין די חינוך פון די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון דיין איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד, איך האב ממש נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען, ווי דו טראגסט דעם גאנצן עול פון טרענספארטעישן, פון רוימען דעם בנין און מאכן זיכער אז אלעס קלאפט.


איך וויל דיר אבער בעטן און אויך ווארענען, מיש זיך נישט אריין אין חינוך; איך האב דיך נישט אויפגענומען פאר חינוך. אז קינדער צעברעכן עפעס - האט דאס נישט מיט דיר, דו קענסט נישט קומען שרייען אויף א קינד און פארשעמען פאר אלע קינדער אז דאס קינד האט עפעס צעבראכן; דו קענסט רעדן צום מנהל אדער מנהלת, אדער צו מיר, און אז דו זעסט אז מען רעדט צו טויבע אויערן - דארף דיר דאס נישט אנגיין.


דו טו דיין דזשאב בשלמות; זע עס זאל זיין ריין, זע מיר זאלן נישט דערלייגן געלט און פאררעכט וואס מען דארף פאררעכטן; מיש זיך נישט און זיי נישט מחנך די קינדער.


אזוי אויך זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו די מלמדים און טיטשערס אין פארנט פון די קינדער. אז דו שרייסט אויף א מלמד אדער טיטשער און קינדער זעען דאס - וועלן די קינדער זיין מחוצפים, זיי וועלן נישט האבן מער דרך ארץ.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, און אז קינדער מאכן שמוציג און צעברעכן וכו' - קענסטו רעדן צו די מנהלת תחי' אדער מנהל נרו יאיר, אבער דו זאלסט נישט שרייען אויף די קינדער.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; באליידיג זיך נישט, טו דיין ארבעט בשלימות.


אויך זאלסטו זיך נישט צו סאך דרייען ביי די קינדער, אזוי וועסטו נישט ווערן אנגעצויגן ווען א קינד גיסט וואסער אדער שפריצט וואסער. די מלמדים זענען געלערנט ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער און ווי אזוי אפצושטעלן דאס גיסן וואסער. און נישט שרייען, שלאגן און דערשרעקן; איך האב נישט געעפנט די מוסדות פאר שרייען, שלאגן, דערשרעקן און פארשעמען.