בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך נישט קריגן צו באקומען א דזשאב
אמונה, פרנסה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב דיך נישט געוואלט וויי טון, איך האב נאר געוואלט דיך פאררעכטן אז דו זאלסט זיך נישט קריגן צו באקומען א דזשאב; ווייל א פרוטה וואס איז אנגעשריבן אז עס דארף אנקומען צו דיר – קען קיינער נישט צו נעמען פון דיר, און א פרוטה וואס דארף נישט אנקומען צו דיר, אפילו דו וועסט עס נאכלויפן – וועט עס דיר גארנישט העלפן, דו וועסט נאר ארבעטן אומזיסט ה' ירחם.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה און פאר אונזערע מוסדות, נאר דאס וועט בלייבן פון די גאנצע ביזנעס; די צדקה וואס מען געבט צו בויען מוסדות.


זיי נישט באליידיגט פון מיר, איך וויל נישט דיין שלעכטס, איך וויל נאר דיין גוטס, דעריבער זאג איך דיר, קריג זיך נישט מיט קיינעם, און אז מען קריגט זיך מיט דיר – זאלסטו זיך נישט צוריק קריגן, דו זאלסט אפשווייגן אויף אלע בזיונות, נעם דאס פאר כפרת עוונות, דאס איז אונזער זאך, א מתנה פון רבי'ן, בזיונות; און אז מען שווייגט אפ, מען נעמט דאס נישט אריין אין זיך איז מען זוכה צו כתר, צו תשובה, צו די גרעסטע מדריגות.


שטארק זיך מיט אמונה, חזר אמונה, חזר זיך אז אלעס איז אייבערשטער, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אלעס איז נאר א לבוש, א פארשטעלאכטס, אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין.


ליבער ברודער, שטארק זיך מיט דאווענען און לערנען, גנב'ע ארויס אביסל צייט פאר לערנען תורה, דאס איז אונזער אייביגע עשירות, דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען – דאס בלייבט לנצח נצחים.