בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, כ"ה שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן איז געבוירן געווארן א אינגל ביי מיין זון שמעון נרו יאיר, מה אשיב לה' כל תגמלוהי עלי, וויפיל דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים.
מען האט מיר דערשראקן אז אויב איך וועל זיין אין היכל הקודש וועל איך נישט מצליח זיין מיט די קינדער, עס וועט נישט גיין קיין שידוכים, עס וועט זיך נישט גוט ענדיגן. דארפסט פארשטיין, עס איז נישט געווען קיין קהילה דא אין אמעריקע, עס איז געווען צוויי מנינים באהאלטענע צדיקים, מען האט מורא געהאט צו רעדן ברבים פון מוהרא"ש, און דעמאלט ווען מיר האבן געעפנט די חדר מיט אפאר קינדער איז דאס געווען אזא געשפעט... איך פלעג יעדן טאג בעטן ביי התבודדות דעם פסוק: "רבונו של עולם, עשה עמי אות לטובה ויראו שונאי ויבושי כי אתה ה' עזרתני ונחמתני", געלויבט דעם אייבערשטן מען האלט שוין דא.
דאס שרייב איך דיר זאלסט וויסן אז יעצט ווען מען דערשרעקט דיר אז דו וועסט נישט קיין שידוכים טון, און וכו' וכו', זאלסטו וויסן אז פון קומען צום רבי'ן און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד - דערלייגט מען נישט, מען פארדינט נאר בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.