בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
זיי נישט בייז אז איך האב דיר שארף געזאגט שבת נאכמיטאג פאר שלש סעודות דו זאלסט נישט עפענען די ווייבער שול. זאג פאר דיין ווייב זי זאל איבערגעבן פאר אנדערע אז פרויען זאלן נישט קומען אין שול צו שלש סעודות, עס איז אינטערעסאנט פארוואס מען פאלגט נישט ביים זאגן די ערשטע מאל. אז דיין ווייב איז לאנגווייליג קען זי גיין צו איר משפחה אדער צו א חבר'טע, איך וויל נישט מען זאל מאכן אין היכל הקודש נייע זאכן.
אז מען רעדט שוין פון דעם, זאל זי וויסן אז ווען מען קומט אין שול דארף מען אכטונג געבן אויף די כבוד פון שול, די שול איז נישט קיין פלאץ פאר שמועסן און פארטיען, אין שול דארף מען זיך פירן מיט דרך ארץ. עס זענען דא פרויען וואס קומען אין שול אן דרך ארץ, עס טוט מיר וויי, איך טראכט יעדע וואך צי איך זאל פארשפארן די ווייבער שול אויך פאר שבת צופרי.
א פרוי שרייבט מיר אז זי וויל מער נישט קומען אין היכל הקודש, זי איז געקומען צו די הקפות זעט זי א גאנצע שול ווי פרויען זיצן און געבן צו עסן פאר די קינדער; וואס איז דא, אן אשת חיל, א אם בישראל אדער א שול?! א צווייטע פרוי שרייבט מיר אז זי קומט מער נישט אין שול, זי קען נישט זען ווי ווען מען זאגט קדושה און כתר זיצן מיידלעך און ווייבלעך און מען שמועסט.
א פרוי וואס וויל קומען דאווענען, זי וויל זיך אויסגיסן דאס הארץ - קען זי קומען, אבער סתם קומען זיך אריינשטעקן די נאז וואו מען באלאנגט נישט און שטערן - וועל איך נישט צולאזן. ביי די מענער אז איינער דערווייגט זיך צו רעדן - שיק איך אים ארויס, ביי די ווייבער וועל איך דארפן פארמאכן.
איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער קיין ארץ ישראל, איך האף דו וועסט עס אננעמען גוט.