בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי זיך קובע צו לערנען אין בית המדרש
חברים, שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט קומען יעדן אינדערפרי אין בית המדרש לערנען.


אז דו ווילסט מצליח זיין זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען פארטאגס; קום אין בית המדרש לערנען - וועסטו אויפלעבן דעם שטעטל און נאך אינגעלייט וועלן זיך קובע זיין צו קומען לערנען.


אויך אויף דער נאכט זאלסטו קומען לערנען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.) מען האט געפרעגט רבי יוחנן: "אין וואס פאר א זכות האבן די מענטשן פון חוץ לארץ אריכות ימים?" האט ער געענטפערט: "מְקַדְּמִי וּמְחַשְּׁכִי לְבֵי כְנִשְׁתָּא", ווייל זיי זענען זיך קובע שיעורים אינדערפרי און אויף דער נאכט; דאס זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן נב): "יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת", מען זאל קומען אינדערפרי און ביינאכט אין בית המדרש, "עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", דורכדעם וועלן די קינדער האבן אריכות ימים.


זיי מיר מודיע אויב דו ווילסט לערנען מיט א חברותא אדער דיר איז גוט צו לערנען אליינס; אז דו דארפסט א חברותא וועל איך דיר צושטעלן א חברותא.


איך ווארט שוין צו הערן אז אין שטעטל אין שול איז א מקום תורה בייטאג און ביינאכט.