בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה' - מזכה זיין נאך א איד צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
היינט צו טאגס דארף מען עוסק זיין אין קירוב קרובים, ווייל וויסן זאלסטו אז נישט יעדער וואס גייט אנגעטון ווי א איד פירט זיך אידיש; א מענטש קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א ווייס איך וואס אבער פון אינעווייניג איז ער אויסגעלאשן אינגאנצן, ער לייגט נישט תפילין און היט נישט קיין שבת - רחמנא לצלן. דערפאר איז א גרויסע זאך צו פארשפרייטן די עצות פונעם הייליגן רבי'ן וואס ווייזט פאר אלעמען דעם רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים.
ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מפיץ, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
דאס וואס דו פרעגסט אז מוהרא"ש האט געלערנט מען זאל אנטלויפן פון פרישות וכו', אבער וואס טוט מען מיט דאס וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, פיסקא קא) אויפן פסוק (דברים יד, כא): 'כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה' - "קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָךְ"; דאס איז אן אריכות דברים איך וועל דיר עס שרייבן בקיצור.
מיר לעבן היינט אין א דור פון הפקירות און פריצות - ערגער ווי ביים דור המבול, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקלדיגסטע אויסגעלאסנסטע עבירות רחמנא לצלן. און אז דאס איז נאך נישט גענוג האט זיך דער יצר הרע געטראפן א וועג ווי ער קען מטמא זיין אידישע קינדער, עס איז מקוים געווארן וואס ירמיהו הנביא זאגט (ירמיהו ט, כ): "כִּי עָלָה מָוֶת בְּחַלּוֹנֵינוּ, בָּא בְּאַרְמְנוֹתֵינוּ", דער טויט איז אנגעקומען אין אונזערע שטובער; אפילו מען פארמאכט די טיר מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיטן שונא איז ער אריין געקומען דורכ'ן פענסטער. דאס הייסט, מען קען זיצן אין שטוב מיט א קליינע איי-פאד, מיט א סמארטפאון וכו' וכו' און אראפ פאלן אין די ערגסטע עבירות רחמנא לצלן, די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען ווערן אפגעהיטן פון דעם איז אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער יונגערהייט, ווייל אז מען האט חתונה איז מען אפגעהיטן פון עבירות.
ווען דער יצר הרע זעט ווי א בחור און א מיידל האבן חתונה האט ער זייער מורא, ער ווייסט אז ער גייט זיי פארלירן, וואס טוט ער? ער איז זיך מתלבש אין מצוות און רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיין אפגעשיידט אין שטוב וכו', אזוי ווארפט ער אים אראפ אין שמוץ; דערפאר האט אונז מוהרא"ש אזויפיל אנגעזאגט מיר זאלן לעבן מיט הלכה און נישט צו לייגן קיין פרישות. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', פלעגט ער זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו' און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ - בַּמּוּתָּר לָךְ" איז פשט: זאלסט זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועסטו זיין הייליג און נישט צו קומען צו ביטערע עבירות.
עס איז שווער צו שרייבן באריכות פון 'דברים שהצניעות יפה להם'; אויב דו שפירסט אז עס פעלט דיר אין דעם ענין וכו' וכו' קען איך דיר לערנען פריוואט און דיר ווייזן פון חז"ל ווי אזוי די תנאים און אמוראים האבן זיך געפירט אין שטוב וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.