בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#20 - מחמיר זיין ביי שלום בית אויף די גרעסטע שיעור
שלום בית, פרנסה, פסח, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין שלום בית, געדענק צו געבן אסאך גוטע ווערטער אין שטוב. זיי נישט קיין טרוקענער, זיי נישט קיין קאלטער, זיי ווארעם צו דיין ווייב, דאס איז עבודת השם, דאס איז א מצוה ווי אלע מצוות; מען דארף געדענקען צו געבן גוטע ווערטער, זאגן ליבשאפט ווערטער, ווי שטארק מען האט ליב און ווי שיין זי איז; דאס איז א מצות עשה דאורייתא.


אינטערעסאנט, פסח זוכט מען צו וויסן אויב די מצה האט א כזית, און אויב די כוס האט א רביעית, און ביי שלום בית - דארט זוכט מען נישט יוצא צו זיין אלע שיעורים, מען פטר'ט זיך אז מען האט שוין אמאל געזאגט א גוט ווארט. אזוי ווי די ווייטאגליכע ווערטל גייט, אן עלטערע אידענע ביי די ניינציג יאר האט געפרעגט איר מאן היתכן ער זאגט איר נישט קיין גוטע ווערטער, ער זאגט איר נישט ער האט איר ליב, זי ווארט שוין צענדליגער יארן צו הערן עפעס א גוט ווארט, האט ער איר געענטפערט מיט א פראגע: "איך זאג דיר נישט? איך האב דיר געזאגט אין יחוד שטיבל אז איך האב דיך ליב, אויב וואלט זיך עס געטוישט וואלט איך דיר געזאגט".


זיי נישט קיין קאלטער טרוקענער, זיי ווארעם און געב גוטע ווערטער; וועט די שכינה הקדושה רוען ביי דיר און עס וועט זיין פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - א שגץ שרייט אין שטוב, א שגץ זידלט
שלום בית, פסח, חומרות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף רעדן צו א ווייב מיט דרך ארץ, איידל און ווייך; א שגץ שרייט אין שטוב, א שגץ זידלט; עס לוינט נישט אלע חומרות אויב עס ברענגט צו איין פינטל כעס, אדער איין שטעך פאר די ווייב.


מוהרא"ש האט געלאכט פון די חומרות. מוהרא"ש האט דערציילט, זיין ווייב די רעבעצין האט געהאט א באבע וואס האט פסח'דיג געמאכט די טיש, אויפן טיש האט זי געלייגט א ברעט, אויפן ברעט האט מען געלייגט פאפנדעקל (קארדבאר"ד), אויפן פאפנדעקל האט מען איבערגעדעקט מיט זילבער פעפער, אויף די זילבער פעפער האט מען געלייגט אפאר טישטוכער און נאכדעם האט מען אנגעווארענט די קינדער נישט צו לייגן די טעלער אויפן טיש נאר האלטן די טעלער אין האנט.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דאס איז נישט קיין חומרות, דאס איז אידישקייט; מען קען נישט זיין א איד נאר אז מען לערנט יעדן טאג גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#18 - צום ערשט כשר'ן דעם טעלעפאן, טעבלעט, און קאמפיוטער
שמחה, טעלעפאן, פסח, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ברענגט אריין די פסח מיט שמחה, אנשטאט זוכן מער און מער חומרות - זוך מער און מער שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריינטראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו.


ווען דו גייסט כשר'ן דיין קאך, זאלסטו קודם כשר'ן דיין טעלעפאן, כשר דיין טעבלעט, קאמפיוטער, זאלסט נישט קוקן קיין ניאוף; גיי אוועק פון פרעה, קום ארויס פון מצרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ביי שלחן עורך זאל מען טראכטן נאר פרייליכע זאכן
שמחה, פסח, חומרות, מצות, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר ביי שלחן עורך זאלסטו זיין זייער פרייליך, און נאר מקפיד זיין אויף די איין זאך, אויף זיין זייער פרייליך. ווייל ביי שלחן עורך איז מען מתקן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין, בעיקר פגם הברית; מוהרא"ש זאגט, ביי שלחן עורך זאל מען טראכטן נאר פרייליכע זאכן, אזוי איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


מענטשן זוכן אלע סארט חומרות און ענינים ווי מען קען מאכן בעסער, ווי מען קען זיין א בעסערער איד, אבער מען כאפט נישט אז די גרעסטע און וויכטיגסטע זאך איז – מען זאל זיך פרייען אז דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אזעלכע גרויסע ניסים, אונז ארויסגענומען פון מצרים, מען האט חתונה געהאט, מען האט דורות, מען זיצט ביים טיש ווי א קעניג וכו' וכו'.


ביים עסן די הייליגע מצות זאלסטו זיך פרייען מיט די הייליגע מצוה און טראכטן 'א מחי' איך בין א איד', 'א מחי' איך האב אידישע דורות'; נאר טראכטן פון גוטע זאכן, אזוי איז מען מתקן פגם טיפי המוחין, ביז מען קומט צו די העכסטע דרגות.


א כשר'ע פרייליכע יום טוב.

#16 - חודש הגאולה, יעדער ווערט אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן
שמחה, ישועות, שלום בית, הפצה, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, פסח, יום טוב, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, שבת החודש, מברכים ניסן, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת החודש, שבת מברכים ניסן, מען גייט אריין אין די חודש הגאולה; יעדער איד קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן וואס ער ליידט.


מען זאגט אין די יוצרות 'החודש אשר ישועות בו מקיפות', טייטשט מוהרא"ש, מען קען זיך אויסבארגן ישועות; וואס פאר א ישועות איז דאס בעסטע זיך אויס צו בארגן? שמחה, מען קען שוין זיין פרייליך מיטן חשבון אז באלד קומט גוטע טעג און דעמאלט וועט מען דאך זיין פרייליך, בארגט מען אויס שמחה פון שפעטער... אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט, אויף צו זיין יעצט פרייליך".


מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל תלמידי היכל הקודש, זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל. איך האב געהאט אין פלאן צו זיין, איך האב אבער נישט געהאט במשך דעם ווינטער מיין פאספארט, נאר יעצט האב איך דאס באקומען, און יעצט איז שווער איבער צו לאזן די שטוב צוליב די הכנות פון פסח, זייט נישט ברוגז, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אין ארץ ישראל בערך צוויי וואכן נאך פסח און זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין; בעיקר וויל איך זיין מיט די תלמידי הישיבה, די טייערע בחורים, און אויך מיט די קינדער; ווייל דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע.


יעצט איז מען זייער פארנומען מיט הכנות פאר פסח, וויל איך ענק בעטן ענק זאלן אריינברענגען דעם יום טוב פסח מיט שמחה, אויף דעם זאל מען זיך פארלייגן מער פון אלעם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה) הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות און נישט זוכן די חומרות, און אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון, יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט ענק נאכאמאל, געבט אכטונג אין די ערב יום טוב טעג צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב. די פרויען ארבעטן שווער ארויסצוטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, זיי לייגן אריין אזויפיל כוחות אין די מצוה, דארף מען זיי מחזק זיין, און חס ושלום נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלט איר אכטונג געבן נישט וויי צו טון די ווייב.


מיינע ליבע ברידער, מען מוז רעדן מיט דרך ארץ, מען מוז רעדן ווייך און איידל, מען טאר נישט שרייען און שאפן; אז מען שרייט אויף די ווייב איז מען א שגץ; זייט נישט בייז וואס איך זאג אייך, מען קען גיין מיט א ירושלימ'ער קאפטן און א ווייסע קאפעלע; אז מען טשעפעט די ווייב - איז מען א באנדיט, אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים.


גייט הפצה, יעצט בין הזמנים איז א גרויס רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט, מען דארף גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים פון מוהרא"ש.


א פרייליכן שבת!

#15 - רעד צו דיין ווייב אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש
שלום בית, חסידות ברסלב, הלכה, חומרות, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דיין ווייב תחי', און האלט איר טייער. רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש, רעד צו איר איידל און ווייך, און אנטלויף פון אלע פארדריידטע לימודים; שפיי אויס די פאלשע הדרכות פון חומרות ופרישות. דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אז חומרות און פרישות איז שטותים און דמיונות (עיין לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד), און דאס ווארפט אראפ דעם מענטש אין עבירות רחמנא לצלן.


ליידער אין ברסלב לערנט מען מיט אברכים די דמיונות, מען נעמט טייערע אברכים, מען פארדרייט זיי מיט נארישע זאכן; נאכמאכן דעם ברסלב'ער חסיד און נאכמאכן דעם - דאס ווארפט אראפ דעם מענטש. ברודער טייערער, מיר האבן א הייליגע תורה, מען דארף זיך פירן לויט ווי עס שטייט אין די תורה, היטן די הלכות און גארנישט מער.


ברסלב'ער חסידים (אמת'ע ברסלב'ער חסידים, נישט עכטע) פירן זיך יעדן טאג אינדערפרי נאך מודה אני צו זאגן א דאנק פארן אייבערשטן פאר די ווייב און פאר די קינדער, זיי דערמאנען זיך ווי אזוי זיי האבן אויסגעזען פאר די חתונה, זיי חזר'ן די חסדים און ניסים.


 

#14 - ווען מ'גרייט זיך אויף פסח, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך
שמחה, עבודת השם, פסח, חומרות, סיפורי מעשיות, מדריגות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


יעצט ווען מען גרייט זיך אויף דעם הייליגן יום טוב פסח - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די מצוות, זיך פרייען מיט דעם וואס מען איז באשאפן א איד, זיך פרייען מיט די אמונה און נישט מאכן פון טפל עיקר, מאכן חומרות און פארגעסן פון די מצוה אליינס.


דער רבי האט נישט געהאלטן פון חומרות. דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "ווען איך בין געווען יונג און איך האב דעמאלט נישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' - בין איך אויך אריינגעפאלן אין דעם טעות, ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח בין איך געווארן פארלוירן, איך האב נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז מיר בייגעפאלן נאך חומרות, ביז איין מאל האב איך געטראכט 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח? ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?'" דעמאלט איז געווען דער סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער דורכאויס גאנץ יום טוב עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, "האב איך געטראכט 'די בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער', ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ", אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך און מאך פרייליך אין שטוב. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך - פארברענט ער אלע קליפות און זיי קענען נישט האבן קיין שליטה אויף אים; ווייל די גאנצע זאך פונעם סמ"ך מ"ם איז עצבות און מרה שחורה, וויינען און קלאגן, זיי קענען נישט דערליידן פרייליכקייט, און ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך - איז ער ביי די קדושה, און אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה.


בעט דעם אייבערשטן די איין תפילה: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך, מאך מיך פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה, איך וויל זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל דיך שפירן, אזוי וועל איך זיין פרייליך"; בעט נאר אויף שמחה, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#13 - גיין צו די עלטערן אויף פסח צו די סדרים, איז גוט פאר די קינדער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, אמונה, פסח, יום טוב, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין - איז ריכטיג צו גיין צו די עלטערן פאר פסח, צו די סדרים. איר וועט נאך מאכן שיינע סדרים ביי אייך אין שטוב, ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועט איר מאכן די סדרים אין שטוב, יעצט איז כדאי צו גיין זען סדרים - איין יאר ביי אייערע עלטערן און איין יאר ביי אייער מאן'ס עלטערן, זיך גוט צוקוקן ווי אזוי די עלטערן מאכן סדרים און ווי זיי געבן איבער די אמונה פון זייערע עלטערן.


בנוגע חומרות אום פסח; מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט ארייננעמען פסח אלעס וואס האט א הכשר. עס איז וויכטיג פאר זיך און פאר די חינוך פון די קינדער נישט צו עסן אלע נאשערייען און אלע קעיקס, סיריעל וכדומה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מקבל זיין די קדושה פון פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#12 - די צייט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן
צניעות, רעדן, חתונה, הלכה, חומרות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און תפילה והתבודדות. יעצט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן, דו קענסט זוכה זיין צו ווערן זייער א גרויסער צדיק; פון איין זייט האסטו נאכנישט קיין טרדות פון פירן א שטוב, און פון די אנדערע זייט האסטו שוין א ווייב וואס היט דיך, דו קענסט לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:) אויפ'ן פסוק (תהילים יט, י): "'יראת ה' טהורה עומדת לעד', אמר רבי חנינא זה הלומד תורה בטהרה, מאי היא נושא אשה ואחר כך לומד תורה", אז מען האט חתונה קען מען לערנען די הייליגע תורה מיט א ריינעם מח.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז מענטשן פרעגן דיר אויס בדברים שבינו לבינה וכו'; געב אכטונג, רעד נישט מיט קיינעם פון דברים שבינו לבינה וכו'. ווער עס קומט דיר פרעגן פריוואטע פראגעס וכו', אפילו פון אנשי שלומינו - זאלסטו זיך ארויסדרייען.


אנטלויף פון חומרות ופרישות. ליידער האט זיך אריינגעכאפט די זאכן אין ברסלב, מען פארדריידט אינגעלייט, מען רעדט איין אינגעלייט מיט חומרות ופרישות וואס איז קעגן די תורה, דאס איז גורם מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן. די אלע זאכן וואס מען זאגט נאך פון צדיקים פאר אברכים, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (נדרים כ:): "דמצייני כמלאכי השרת", דאס איז א וועג פון מלאכים, און מען פסק'נט נישט אזוי וכו'.


וואס דארף מען מער פון זיך פירן פשוט לויט וואס שטייט אין שלחן ערוך, זיך פירן פשוט על פי תורה איז דאך די גרעסטע מדרגה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא?' דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י
מקוה, שלום בית, קברי צדיקים, הדרכות, הלכה, דאווענען, חומרות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע לערנען נ"ך ביינאכט; מען לערנט נישט ביינאכט קיין נ"ך. זאגן תהילים קען מען יא; דאס איז תפילות ובקשות.


תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י; לכתחילה זאלסטו בלייבן מיט די תפילין דרש"י ביז נאך קדיש תתקבל און גלייך נאכדעם אנטון תפילין דרבינו תם. אויב דו האסט נישט קיין צייט, דו דארפסט לויפן - קענסטו אויסטון און אנטון ביי חזרת הש"ץ; אלץ זאלסטו אנטון רבינו תם גלייך נאך רש"י, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


בנוגע מקוה נאכמיטאג; עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט צו גיין אין מקוה נאכמיטאג. די ערשטע זאך איז מקוה; אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף טאנץ אריין אין מקוה. אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן - מאך א שנעלע מקוה, אריין און ארויס; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


פרויען קענען גיין אין אלע צייטן אויף קברי צדיקים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ער פלעגט געבן הדרכות פאר אינגעלייט: "ווען מען מעג - מעג מען אלעס, און ווען מען טאר נישט - טאר מען נישט"; מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן און פארשטיין וואס, ווען און וואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?
תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, פסח, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכנישט צו זיך געקומען פון זיין מיט אייך אין ארץ ישראל, יעדע סעקונדע האט זיך געשפירט אזא זיסע געשמאקע טעם. איך האב אזוי ליב זיך צו טרעפן מיט די חברים אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך טראכט אסאך פון ענק.


די וואך שבת החודש, שבת ראש חודש, שבת דעם רבינ'ס יום הולדת - איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בניסן נגאלו אבותינו ממצרים", חודש ניסן זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים, "ובניסן עתידין ליגאל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; איז דאך יעצט א פאסיגע צייט אויסגעלייזט צו ווערן - יעדער איינער - פון זיין גלות.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון גלות מצרים? דורך רעדן צום אייבערשטן, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; ווען מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים - גייען אוועק אלע פראבלעמען, מען ווערט אויסגעלייזט.


א איד איז געקומען פסח צו מוהרא"ש און געקרעכצט: "ווי אזוי איז מען זוכה צום פסח אליינס?" ווייל רבי נתן פלעגט זאגן, אויף פסח וועט זיין געלט, "אויף פסח וועט זיין", עסן אויף פסח וועט זיין, "אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" ווי נעמט מען דעם קדושת הפסח; דער איד האט אזוי געקרעכצט צו מוהרא"ש: "ווי איז מען זוכה צום פסח?" האט אים מוהרא"ש געזאגט שארף און קלאר: "דו ווילסט זוכה זיין צום פסח? עפן דיין מויל און הויב אן רעדן צום אייבערשטן, דו האסט א גרינגע וועג צו קומען צו אלע מדריגות".


א איד דערציילט, ער האט אמאל גערעדט מיט מוהרא"ש, ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל אים געבן אן עצה ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה, מוהרא"ש איז דעמאלט געשטאנען אינדרויסן פון שטוב און געהאלטן אינמיטן נעמען די פאסט, מוהרא"ש זאגט אים: "קוק איך וועל דיר ווייזן אין די פאסט ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה", ער נעמט ארויס די פאסט, דארט איז געלעגן א הזמנה פאר א חתונה, מוהרא"ש עפנט עס אויף און ווייזט אים: "קוק וואס מען שרייבט דיר, 'קידושא רבה אחר התפילה' מען איז זוכה צו קדושה רבה נאכן דאווענען"; אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען עפנט די מויל און מען שעפשעט א תפילה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן" - דאס ברענגט צו די גרעסטע קדושה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט חומרות, ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה און דביקות אינעם אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין חומרות אפילו פסח. ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שיינעם פסח, איר זאלט ניצול ווערן פון חמץ.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט און ער איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#9 - מ'דארף פארשטיין די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן לויט די תורה
אידישע שטוב, הדרכות, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ברודער טייערער, עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן אין דעם נושא; איך קען דיר זאגן אביסל און דו וועסט אליינס דארפן אריינטראכטן און פארשטיין, אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד", לערן מיט'ן חכם וועט ער ווערן נאך מער קלוגער.


מוהרא"ש האט אונז דערציילט, אנשי שלומינו פלעגן פרעגן דעם הייליגן צדיק רבי אברהם א זון פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו הנהגות צווישן מאן און ווייב, פלעגט ער זאגן די ווערטער: "קינדערלעך היט אייך פון כריתות"; דאס הייסט די טעג וואס די תורה זאגט זיין אפגעשיידט דעמאלט היט מען די הלכות, און אין די אנדערע טעג איז אלעס מותר.


ליידער פארדריידט מען די הייליגע תורה, מען לערנט מיט חתנים און כלות א פאלשע תורה, מען לערנט פרישות אזוי ווי להבדיל די גלחים לערנען, ביי זיי איז מען מער שמייליג ווען מען איז אפגעזונדערט און אפגעטיילט; דאס לערנט מען פאר אידישע קינדער השם ישמרינו.


בכתב קען איך נישט שרייבן מער, פנים בפנים קען איך דיר לערנען וויאזוי זיך צו פירן צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#8 - ביז ווען פאסט מען צום גדלי', ווען מ'קומט אהיים פון אומאן
אומאן, ראש השנה, תעניתים, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס זוכסטו ארויפצולייגן חומרות אויף אנדערע? מוהרא"ש פסק'נט אז מען קען זיך פארלאזן אויף הרב וואזנער זכרונו לברכה וואס ער פסק'נט (עיין שאלות ותשובות שבט הלוי חלק ח', סימן רסא) אז מען קען שוין אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט אין אומאן, מען דארף נישט ווארטן ביז עס ווערט נאכט אין אמעריקע.


עס זענען דא פוסקים וואס זאגן מען זאל יא ווארטן ביז עס ווערט נאכט דא, אבער אויף דעם זאגט מוהרא"ש קען מען נוצן וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) דארט וואו עס איז דא איין פוסק קען מען זיך פארלאזן.


מען קען נאך אסאך מער מקיל זיין אין דעם, אבער דאס איז נישט אויף צו שרייבן וכו'.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - אונזער קהלה איז געבויעט זיך נישט אוועקצורירן פון שלחן ערוך
היכל הקודש, הלכה, לשון הרע, חומרות, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרבנית ... תליט"א.


איך וויל מקיים זיין וואס די הייליגע תורה זאגט (במדבר לב, כב): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".


שוין א יאר צוריק האט מיר געפרעגט אייער ברודער הר"ר ... שליט"א אויב עס איז אמת אז איך לערן מיט מיינע תלמידים זאכן קעגן די תורה, אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, איך זאג אז הרחקות איז נאר א חומרא; ער האט מיר געזאגט אז ער האט דאס געהערט פון אייך און איר האט דאס געהערט פון אן עד נאמן ..., דער שווער פון איינער וואס דאווענט ביי מיר אין בית המדרש.


איך האב אים דעמאלט געזאגט אז דאס איז א ליגנט, דאס איז הוצאת שם רע, אזוי ווי עס וועלן מעיד זיין אלע מיינע תלמידים, הונדערטער אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי מיר און לערנען נאך אלץ ביי מיר; אז מען פירט זיך ביי אונז אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, מען איז מקיים ביי אונז יעדע הלכה אין שלחן ערוך, מיר רירן זיך נישט אוועק פון שלחן ערוך.


יעצט ווען עס איז שוין אריבער א יאר פון די מעשה, הער איך א צווייטע מעשה וואס טוט מיר זייער וויי, און דערפאר שרייב איך אייך. איינער פון מיינע תלמידים האבן געוואלט אריין לייגן זיינע קינדער ביי אייך אין די מוסד (דער אינגערמאן וואלט געוואלט אריין לייגן ביי אונז, אבער זיין ווייב וויל נישט די קינדער זאלן לערנען ביי אונז, זיין ווייב וויל אן אנדערע חינוך; ביי אונז לערנט מען נאר וואס עס פעלט אויס צו וויסן פאר א אידישע מאמע, מען לערנט נישט די וועלטליכע היסטאריע וכו'), האט מען זיך אויסגענומען אז ער קען נאר שיקן די קינדער ביי אייך אויב ער וועט אויפהערן פרעגן זיינע שאלות ביי אונז אין די קהילה, ווייל מיר גייען נישט בדרך התורה.


פאר סתם מענטשן וואס רעדן אויף אונזער קהילה דארף איך נישט ענטפערן און עס אינטערעסירט מיר נישט וואס זיי זאגן, אבער אייך וואס איר פירט אזא חשוב'ע קהילה, איר האט אזויפיל תלמידות כן ירבו, שפיר איך אלץ "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל" אייך צו שרייבן, איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט אמת.


חס ושלום אויס צו טראכטן אויף אונזער קהילה אז מיר גייען נישט בדרך התורה; מיר רירן זיך נישט אוועק פון הלכה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אוועק געשטעלט די פרינציפן פון היכל הקודש געבויט אויף רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, וואס ביי אים איז געווען הלכה די ערשטע זאך, אן קיין פשרות, און אויף הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו. ביי אונז אין די קהלה שניידן זיך אלע פרויען די האר; אסאך פרויען ביי אונז זענען נישט אונזערע תלמידות, זיי קומען פון אנדערע חשוב'ע קהילות בישראל. ווען זיי זענען אנגעקומען זענען זיי געקומען מיט די האר השם ישמרינו און נאך א שטיק צייט, נאכן הערן און ליינען ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט רעדן פון די הארבקייט פון דעם, שניידן זיי זיך שוין אלע זייערע האר; דאס איז איינע פון די יסודות ביי אונז אין די קהילה.


ביי אונז אין די קהילה רעדט מען קעגן די ערב רב; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט טאג און נאכט רעדן צו אונז מיר זאלן נישט האבן קיין שום חלק מיט די ערב רב אין ארץ ישראל וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידישע קינדער.


מיר זענען אן ערליכע קהילה; מיר האלטן שיטת רבינו תם, מיר עסן נאר פלייש פון די שטרענגסטע קהילות; צניעות איז ביי אונז דאס חשוב'סטע און וויכטיגסטע, מיר ארבעטן זייער שווער אריין צו לייגן אין די פרויען פון אונזער קהילה זיי זאלן ליב האבן צניעות; אסאך פון אונזער קהילה זענען נישט קיין תלמידות פון אונזער חינוך, זיי קומען פון אנדערע בתי חינוך מיט ווייטאג אויף צניעות, דאס איז פון די שווערסטע ארבעט וואס ליגט אויף אונז, צו קענען טוישן זייער בליק אז זיי זאלן ליב האבן די וועג פון די תורה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז מען רעדט אזעלכע לשון הרע'ס, אז מיר זאגן אויף הרחקות אז דאס איז חומרות, חס ושלום אזוינס צו זאגן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם"; אויף אים קריג איך אויך, איך וואלט אויך אנגעזאגט מיינע תלמידים זיי זאלן זיך היטן פון אזא איינער וואס זאגט אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, אז דאס איז נאר חומרות.


ווען איך האב דאס געהערט פון אייער ברודער פאר א יאר צוריק האט דאס מיר זייער וויי געטון, איך בין געגאנגען נאכדעם זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, איך האב געוויינט צום אייבערשטן און אים געזאגט: "דאס רעדט מען אויף מיר, דאס רעדט מען אויף א קהילה וואס איז זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער"; יעצט זע איך אז דער שם רע גייט נאך אלץ אן, ווען עס איז נישט אמת.


מיר לעבן היינט אין אזעלכע שווערע צייטן, יעדער איז צעטומלט, יעדער איינער האט זיינע צרות און יסורים; עס איז שוין געקומען די צייט צו לעבן אינאיינעם אן קיין שנאה, אן קיין פיינטשאפט, יעדער וועט גיין מיט זייערע מסורות און קבלות פון די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות אן קיין פיינטשאפט, ביז מיר וועלן זוכה זיין אז משיח צדקינו וועט אונז אויסלייזן, אמן.

#6 - די פרומע דמיונות און די פרומע רשעות
חסידות ברסלב, בין אדם לחבירו, חומרות, פרום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די אלע מעשיות און פרטים ווי דער רבי האט אייך ארויס גענומען פון אלע דמיונות און פינסטערניש; פון די פרומע דמיונות, פון די פרומע רשעות.


עס איז באוואוסט דאס ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פרו"ם איז די ראשי תיבות פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות; די פרומע רשעים וואס זענען פארנומען טאג און נאכט מיט מחלוקות - די זענען אין א ביטערע פלאנטער, די קענען נישט תשובה טון, זיי ווייסן נישט וואס תשובה איז, ביי זיי איז תשובה מאכן נאך מער מחלוקת, ביי זיי איז תשובה ווערן נאך מער רשע; זעלטן וואס מען זעט די זאלן קענען ארויסקריכן פון זייער פארבלאנדזשעטקייט.


ווער רעדט נאך פון פרומע פרויען וואס זענען פארקראכן אין טיפע זינד, זיי האבן זיך געמאכט אן אייגענע תורה, ביי זיי איז ווי מער אפגעשיידט - מער ערליך, ווי מער טונקל - מער צניעות, ווי מער שלעכט - איז מען אויפ'ן ריכטיגן וועג; די זענען אין זייער א טיפע בלאטע, די איז כמעט נישט מעגליך זיי זאלן זאלן תשובה טון, ווייל ווען זיי טוען תשובה פארקריכן זיי מער.


מוהרא"ש זאגט, דאס זענען געווען די רשעים אין סדום; זיי האבן געטון רשעות, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יג, יג): "וְאַנְשֵׁי סְדֹם רָעִים וְחַטָּאִים", זיי זענען געווען שלעכטע זינדיגע מענטשן, "לַה' מְאֹד", אלץ האבן זיי געטון לשם שמים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י): די שלעכטע מענטשן ווערן אלץ מער שלעכט, ווייל זיי ווילן חרטה האבן, זיי ווילן תשובה טון, אבער זיי ווייסן נישט וואס איז תשובה, וואס איז חרטה - טוען זיי מער און מער רשעות.


דאס איז אלעס ביז מען איז זוכה צו טרעפן דעם רבי'ן, אבער ווען מען איז זוכה מען ווערט מקורב צום רבי'ן - עפנט זיך א נייע וועלט, מען ווערט אויסגעלייזט פונעם יצר הרע, מען גייט ארויס פון די טונקלקייטן, מען גייט ארויס פון די פינסטערניש, מען הייבט אן זען דעם אמת, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן; מען זוכט נישט קיין מחלוקת, מען זוכט נישט קיין חומרות, קיין פרישות, מען דארף מער נישט שעפן חיות פון די שלעכטע זאכן, מען הייבט אן האבן חיות פון זיין א איד, פון טון מצוות ומעשים טובים.


וואויל איז אייך אז איר געבט דאס איבער ווייטער פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות
חברים, קדושה, גמרא, הלכה, חומרות, תמימות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


אן א שיעור גריסן איז צו מיר אנגעקומען פון אייער חבורה אין ירושלים פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות; מענטשן דערציילן מיר אז מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט שבועות אין אייער חבריא, מען האט מרחוק פארשטאנען דאס וואס דער הייליגער של"ה ברענגט (ספר של"ה, מסכת שבועות), די מעשה נורא פון די חבורה ביים הייליגן בית יוסף זכותו יגן עלינו וואס זיי האבן אלץ זוכה געווען בשעת זיי האבן געזאגט דעם תיקון, שבועות ביינאכט.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע חברים, געבט אכטונג פון פאלשע לימודים; זעט צו לעבן מיט די וועג פון די תורה, בפרט ווען עס רעדט זיך ביי דברים שבינו לבינה - דארט דארף מען זיך זייער היטן פונעם פרומער יצר הרע וואס שטעלט א פנים ווי אן עובד השם און אזוי ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון דעם צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), אז ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו' פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום חומרות ופרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.


עס איז מיר שווער צו שרייבן אין דעם נושא, אויך איז שווער צו פארשטיין פונקטליך וואס יא און וואס נישט וכו', וכו' - אפילו ווער עס הערט די שיעורים. גלייך ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין מיט ענק אין ארץ ישראל, איך וועל אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות, דער וועט זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען יעדן טאג כאטשיג דעם דף גמרא, דאס וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות; ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיט'ן יצר הרע? נאר אז מען לערנט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא, פארברענט דאס דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אפילו מ'פארשטייט נישט די גמרא, דאך זאלט איר זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט העלפן מען זאל זיך קענען קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.


א פרייליכן שבת.

#4 - לאז דיין ווייב גיין צניעות'דיג
צניעות, שלום בית, הדרכות, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


מיש נישט אויס די יוצרות; ווען איך רעד קעגן לעבן מיט חומרות ופרישות וכו', וכו', מיינט דאס נישט צו זאגן אז מען זאל אוועק ווארפן דאס צניעות. אך און וויי פאר דעם וואס מאכט אוועק צניעות און טוט אן זיין ווייב בגדי פריצות, אויסגעשניטן, קורץ און שמאל וכו', וכו'.


פארדריי נישט דעם רבינ'ס ווערטער; די מעשה פונעם בעל תפלה וואס דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז דער בעל תפלה האט געטראגן זיינע מענטשן חוץ לישוב, זיי האבן געהאט דארט א טייכל, ביימער און פירות, און "'אויף קליידער האט מען גארנישט געקוקט', ווייל ווי אזוי מען גייט גייט מען"; טייטש דאס נישט אויס אז דעם בעל תפילה'ס לייט האבן נישט געקוקט אויף צניעות, חס ושלום אזוי צו זאגן.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער תלמיד, דו האסט באקומען א טייערע ווייב, א "בית פיגא" תלמידה, זי איז אן איידעלע פרוי, זי הערט און לערנט פון אונזער מנהלת תחי' ווי אזוי צו לעבן א לעבן מיט'ן אייבערשטן; בעט איך דיר זאלסט איר נישט אונטער רייסן און אוועק מאכן איר צניעות.


רוב מענער ווייסן נישט פונקטליך וואו עס הייבט זיך אן צניעות און וואו עס ענדיגט זיך; לאז איר פאלגן איר מנהלת תחי' וואס לערנט מיט זיי אזוי שיין און אזוי ערליך וואו עס הייבט זיך אן צניעות ביי די האלז, ביי די ערמל און ביי די פיס וכו', וכו'.


דו וועסט נישט זיין פרייליכער ווען זי וועט זיך אויסשניידן ארום די האלז, עס וועט דיר נישט בעסער ווערן, עס איז בלויז א דמיון פאר א שטיק צייט.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג אהיים פון ארץ ישראל; געב איבער פאר אלע פרישע אברכים וואס האבן יעצט חתונה געהאט, איך וויל רעדן מיט זיי זונטאג נאכט ביי מיר אין שטוב, זייער וויכטיג. איך וויל אייך מדריך זיין ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט – סיי דער חלק פון לעבן מיט די ווייב אן חומרות ופרישות וכו', וכו', און סיי די אנדערע חלק, פון נישט זוכן אוועק צו מאכן וואס מען לערנט אין בית פיגא, צו גיין אנגעטון שיין און איידל.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי', זיי איר מחזק, רעד צו איר שיינע ווערטער אזוי ווי א ברסלב'ער חסיד רעדט, אזוי ווי ערליכע אידן רעדן; וועסטו מאכן א פלאץ ביי דיר אין שטוב פאר השראת השכינה און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות.


איך וועל דיר נאך שרייבן אויף דעם כלל וואו און וואס דער רבי מיינט אז מען זאל זיך אכטונג געבן פון חומרות און וואו מען דארף יא אכטונג געבן וכו'.


איך האב דיר ליב.

#3 - זוך נישט קיין חומרות, אבער זיי אן ערליכער איד
שלום בית, עבודת השם, הדרכות, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ווען דיין ווייב זאגט דיר וואס זי האט געלערנט ביי איר מנהלת תחי' זאלסטו דאס מחשיב זיין; פריי זיך אז זי האט א מנהלת וואס געבט זיך אפ מיט די תלמידות אפילו נאך די חתונה. אסאך אינגעלייט וואלטן געצאלט זייער גאנצע געלט אז זייער ווייב זאל האבן א מנהלת וואס לערנט מיט די פרויען ווי אזוי צו לעבן מיט'ן מאן אן קיין חומרות ופרישות.


דו ווייסט נישט און דו וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס מענטשן גייען אריבער צוליב די פארשאלטענע כלה טיטשערס וואס גרייטן אן כלות מיט חומרות ופרישות וואס מען לערנט מיט קריסטליכע גלחים; וויפיל אינגעלייט פאלן אריין אין עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די רשע'נטעס וואס פארשטעלן זיך מיט א שיינעם שלייער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז אוועקגעשטעלט און קלאר געמאכט די וועגן פון די הייליגע תורה, מיר זאלן זיך נישט אוועק רירן פון שלחן ערוך, פון הלכה; דארפסטו שעצן דיין ווייב אז זי גייט צו די וועכנטליכע שיעורים פון די מנהלת תחי', נישט אראפרייסן איר צניעות.


איך וויל זייער שטארק מאכן א שיעור זונטאג ביי מיר אין שטוב פאר אלע פרישע אברכים, איך שפיר אז עס זענען דא אינגעלייט וואס מישן אויס די יוצרות; ווען מען רעדט קעגן חומרות ופרישות מיינען זיי אז מען מיינט "צניעות", דאס איז צוויי עקסטערע זאכן.


דער הייליגער רבי איז געווען זייער קעגן חומרות, דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען פירן אן הפקר לעבן, עסן יעדע הכשר וואס האט אידישע אותיות, עסן פלייש פון שוחטים וואס וכו', און גייען אנגעטון מיט בגדי פריצות.


דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; אזוי אויך זאגט דער רבי (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", צניעות ברענגט גוטע קינדער.


איך בין היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל; היינט נאכט איז נישט שייך צו מאכן א באזונדערע שיעור לאברכים ווייל היינט איז דער וועכנטליכער שיעור, שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין קרית ברסלב, אין שטעטל; זונטאג נאכט וויל איך רעדן מיט די אברכים – תלמידי הישיבה.


איך האב דיר זייער ליב. 

#2 - אנטלויף פון פאלשע לימודים פון חומרות ופרישות
שלום בית, עבודת השם, חומרות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער ברודער, אנטלויף פון די אלע פאלשע לימודים וואס מען לערנט מיט חתנים און כלות השם ישמרינו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן שטענדיג אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


עס איז שווער צו שרייבן בדברים שבינו לבינה, און זיכער איז נישט שייך צו ענטפערן אויף אלע פרטים וואס דו פרעגסט אינעם בריוו, מפני הצניעות, עס וואלט גרינגער געווען דאס צו רעדן פנים בפנים. איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן וואס דער גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הליקוטים") פלעגט זאגן - ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בדברים של בינו לבינה וכו': "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף א געוויסע ספר וואס איז מדריך אברכים בעניני קדושה, אז דער בעל מחבר איז אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק, אבער זיין ספר טאר מען נישט האלטן אין שטוב; דער ספר האט שוין גורם געווען אז אידישע קינדער זאלן אראפפאלן אין ביטערע עבירות. דער מחבר האט צוזאמגענומען הנהגות און פרישות פון צדיקים וואס זענען געווען מלאכים, הנהגות פון צדיקים וואס זענען געווען מובדל ומפרש פון די וועלט, און געבט דאס איבער פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט פון זיין אפילו פשוט'ע אידן...


דעריבער בעט איך דיר, געב אכטונג פון די וואס שטעלן זיך אוועק ווי פרומע, זיי געבן הנהגות פאר חתנים און אברכים פון פרישות און חומרות וכו', "פרישות איז מעשה בעל דבר"; דער יצר הרע זוכט אריין צו כאפן דעם מענטש אין א פאסטקע און אים מכשיל זיין מיט עבירות.


דאס וואס דו פרעגסט אז מיר געפונען (ליקוטי הלכות פריה ורביה והלכות אישות ג, ז) אז רבי נתן שרייבט: "לְקַדֵּשׁ עַצְמוֹ כָּרָאוּי כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים", וואס מיינט: "כָּרָאוּי"? וואס איז פשט וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, סימן קא) אויפ'ן פסוק (דברים יד, כא): "כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה - קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָךְ"; אדרבה, דאס מיינט מען צו זאגן אז מען זאל זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועט מען זיין הייליג און נישט צוקומען צו קיין ביטערע עבירות, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית", אז מען לעבט מיט די ווייב האט מען נאכדעם א ריינע מח מחשבה, מען איז הייליג און ריין.


איך ווייס אז איך וועל ליידן צוליב דעם בריוו וכו', אזוי ווי מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן פון די "צְבוּעִין שֶׁדּוֹמִין לִפְרוּשִׁין שֶׁמַּעֲשֵׂיהֶן כְּמַעֲשֵׂה זִמְרִי וּמְבַקְּשִׁין שָׂכָר כְּפִנְחָס (סוטה כב:)", פאפערס וואס פארקויפן זיך ווי זיי זענען ערליכע וכו'; מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן, אבער אז איך וועל דיר קענען ראטעווען פון שלעכטס, דו וועסט זיין אפגעהיטן פון עבירות - איז אלעס כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זיך שטארקן אין הפצה - קדש עצמך במותר לך
קדושה, הפצה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה' - מזכה זיין נאך א איד צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


היינט צו טאגס דארף מען עוסק זיין אין קירוב קרובים, ווייל וויסן זאלסטו אז נישט יעדער וואס גייט אנגעטון ווי א איד פירט זיך אידיש; א מענטש קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א ווייס איך וואס אבער פון אינעווייניג איז ער אויסגעלאשן אינגאנצן, ער לייגט נישט תפילין און היט נישט קיין שבת - רחמנא לצלן. דערפאר איז א גרויסע זאך צו פארשפרייטן די עצות פונעם הייליגן רבי'ן וואס ווייזט פאר אלעמען דעם רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מפיץ, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דאס וואס דו פרעגסט אז מוהרא"ש האט געלערנט מען זאל אנטלויפן פון פרישות וכו', אבער וואס טוט מען מיט דאס וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, פיסקא קא) אויפן פסוק (דברים יד, כא): 'כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה' - "קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָךְ"; דאס איז אן אריכות דברים איך וועל דיר עס שרייבן בקיצור.


מיר לעבן היינט אין א דור פון הפקירות און פריצות - ערגער ווי ביים דור המבול, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקלדיגסטע אויסגעלאסנסטע עבירות רחמנא לצלן. און אז דאס איז נאך נישט גענוג האט זיך דער יצר הרע געטראפן א וועג ווי ער קען מטמא זיין אידישע קינדער, עס איז מקוים געווארן וואס ירמיהו הנביא זאגט (ירמיהו ט, כ): "כִּי עָלָה מָוֶת בְּחַלּוֹנֵינוּ, בָּא בְּאַרְמְנוֹתֵינוּ", דער טויט איז אנגעקומען אין אונזערע שטובער; אפילו מען פארמאכט די טיר מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיטן שונא איז ער אריין געקומען דורכ'ן פענסטער. דאס הייסט, מען קען זיצן אין שטוב מיט א קליינע איי-פאד, מיט א סמארטפאון וכו' וכו' און אראפ פאלן אין די ערגסטע עבירות רחמנא לצלן, די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען ווערן אפגעהיטן פון דעם איז אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער יונגערהייט, ווייל אז מען האט חתונה איז מען אפגעהיטן פון עבירות.


ווען דער יצר הרע זעט ווי א בחור און א מיידל האבן חתונה האט ער זייער מורא, ער ווייסט אז ער גייט זיי פארלירן, וואס טוט ער? ער איז זיך מתלבש אין מצוות און רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיין אפגעשיידט אין שטוב וכו', אזוי ווארפט ער אים אראפ אין שמוץ; דערפאר האט אונז מוהרא"ש אזויפיל אנגעזאגט מיר זאלן לעבן מיט הלכה און נישט צו לייגן קיין פרישות. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', פלעגט ער זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו' און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ - בַּמּוּתָּר לָךְ" איז פשט: זאלסט זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועסטו זיין הייליג און נישט צו קומען צו ביטערע עבירות.


עס איז שווער צו שרייבן באריכות פון 'דברים שהצניעות יפה להם'; אויב דו שפירסט אז עס פעלט דיר אין דעם ענין וכו' וכו' קען איך דיר לערנען פריוואט און דיר ווייזן פון חז"ל ווי אזוי די תנאים און אמוראים האבן זיך געפירט אין שטוב וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.