בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיצן און שפאצירן מיט די טייערע בחורים
הצלחה, תלמיד, בחורים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך האב געהערט דיינע מחשבות מיט דיינע ספיקות וכו', דאך זאג איך דיר אז עס לוינט די פלאג און מי וואס דו לייגסט אריין אין די בחורים; הלוואי וואלסטו מער געטון אין דעם, און הלוואי וואלסטו מיך אויך געשלעפט צו דעם; אמאל איז דאס געווען מיין זאך, אמאל האב איך נישט געהאט אזויפיל טרדות, פלעג איך גיין מיט די תלמידים שפאצירן וכדומה, היינט בין איך אזוי פארנומען, איך קום נישט אן צו אזעלכע וויכטיגע זאכן, הלוואי וואלסטו מיך געשלעפט פארברענגען, זיצן און שפאצירן מיט די טייערע בחורים, די קינדער פון אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.