בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#21 - קינדער העלפן אין חדר
דרך ארץ, חדר, חינוך, עלטערן, תלמוד תורה ברסלב ליבערטי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


דאס וואס עלטערן האבן טענות אז מען נעמט ארויס זייערע קינדער פון כיתה צו העלפן וכו'; מיין מיינונג איז אז עס שאדט נישט פאר די קינדער, עס טוט נאר אויפבויען די קינדער.


קענסט פרובירן זאגן די עלטערן אז עס איז א גוטע זאך, און אז די עלטערן ווילן נאכאלץ נישט - זאלסטו נעמען אנדערע קינדער; מיינע קינדער זאלסטו נעמען צו העלפן אין חדר, איבערנעמען מלמדים אדער העלפן אין קאך, אדער סיי וואס מען דארף טון אין חדר.


אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די עלצטע כיתה אז איך וועל מער נישט קומען צו זיי באזוכן אין קלאס, ווייל איך האלט מיט וואס דארט טוט זיך, אז עס זענען דא קינדער וואס רעדן ווען דער מלמד זיצט אין כיתה, עס איז נישטא קיין דרך ארץ; איך גיי נישט אין א כיתה וואו עס איז נישטא קיין דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - זיך גרייטן צום פרייליכן שבת קודש
מקוה, שבת קודש, שבת ליכט, ערב שבת, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, כ' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ווען עס קומט דער הייליגער שבת דארף מען זיך זייער פרייען אז מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן אזא שיינע מתנה דעם שבת קודש, אז מיר זענען זוכה צו היטן שבת און צו מכבד זיין דעם הייליגן שבת.


מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת י:), דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, איך האב א שיינע מתנה פאר אידישע קינדער: 'שבת קודש', גיי זאג זיי פון די שיינע מתנה; יעדע וואך ווען עס קומט נאכאמאל דער הייליגער שבת - דארף מען זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אונז ליב און געבט אונז יעדע וואך די מתנה, דעם הייליגן שבת.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת, און מען זאל נישט קומען צו קיין כעס און קריגערייען, ווייל יעדע מאל עס קומט א הייליגע צייט - קומען די קליפות און ווילן דאס צונעמען פונעם מענטש, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע ערב שבת ווערט א טומל און א אנגעצויגנקייט אין שטוב, דאס קומט פון די קליפות וואס פארגינען נישט דעם איד ער זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת און דורכדעם ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, דער חיד"א זאגט (מורה באצבע, סימן קמ), יעדע ערב שבת איז דא א קליפה, א 'שד' - וואס קומט אין שטוב און זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט ווערן בכעס און זיך נישט קריגן.


על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, יעצט ווען עס קומט שבת קודש - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך א גאנץ שבת, און גיי אין מקוה זיך טובל'ן לכבוד שבת, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, און אויך אויב א גאנצע וואך ביסטו טרוד און דו קומסט נישט אן צו גיין יעדן טאג אין מקוה - זאלסטו אבער ערב שבת נישט פארפעלן צו גיין אין מקוה אז דו זאלסט קענען מקבל זיין דעם שבת מיט גרויס שמחה, אויך זאלסטו מיט נעמען מיט דיר אין מקוה דיינע קינדער, און אפילו עס איז דיר גרינגער צו גיין אן די קינדער - זאלסטו זיי מיט נעמען, און זיי אויסלערנען צו זיין איידל אין מקוה, נישט צו רעדן, און זיך אויסדרייען צום וואנט, אזוי וועט דיר זיין גרינגער שפעטער ווען זיי וועלן עלטער ווערן; זיי וועלן זיך פירן ערליך און איידל.


זע אנצוגרייטן די לעכט, און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת כג.): "הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים" דער וואס צינדט שבת לעכט וועט האבן קינדער תלמידי חכמים, און די מפרשים זאגן שוין (עיין תוספות רבי עקיבא איגר במשניות שבת פרק ב, משנה ו), אז דאס מיינט מען דער וואס גרייט אן די לעכט און מאכט עס שיין און איז מתפלל פאר גוטע ערליכע קינדער, דער איז זוכה צו דעם; און ווען דיין ווייב צינדט די לעכט און זי בעט פאר ערליכע קינדער - זאלסטו אויך בעטן דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל מיט די נסיונות פון די היינטיגע דור פאלן נעבעך אוועק פון גאר גוטע קינדער, און נאר מיט תפילה, מיט בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות - איז מען זוכה צו ערליכע דורות.


א פרייליכן שבת.

#19 - תלמידות העלפן אין שולע
לערערין, גט, בית פיגא, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', בני ברק


בנוגע נעמען תלמידות זאלן העלפן אין שולע וכו'; נישט אלע תלמידות קען מען איבערגעבן ארבעט וכו', מען דארף אויסוועלן צוישן די תלמידות די קינדער וואס האבן אחריות וכו'; מען קען נישט נעמען קינדער וואס נעמען נישט ערנסט זייער ארבעט.


ובנוגע וכו'; די מיידלעך וואס ווערן לערערינס - בלייבט די צוגאנג צו זיי ווי צו תלמידות נישט ווי צו לערערינס.


איך האב געהערט די מעשה מיט ... תחי'; דאס איז די ענדע ביי אלע קינדער וואס מען לאזט זיי נישט זען זייערע עלטערן, און אז עלטערן זענען גע'גט און די קינדער זענען ביי די מאמע און די מאמע לאזט נישט די קינדער זען די טאטע - וועלן זיי ביים סוף אנטלויפן פון די מאמע, בדוק ומנוסה, עס איז א רשעות און אן אכזריות צוריק צו האלטן קינדער פון זייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - דיינע קינדער קענען געשעדיגט ווערן פון דיין טעלעפאן
קינדער, טעלעפאן, נסיונות, שמירת עינים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, אוקיטשאובי פלארידע, שכונת לעיק פראנט


מזל טוב פארן זיך אריבערציען אינעם נייעם שכונה, די נייע געגנט אין פלארידע; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס מזל און מיט הצלחה וסייעתא דשמיא.


איך וויל דיר שרייבן א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אויף דיין טעלעפאן וכו'; עס איז נישט ריכטיג צו האבן א טעלעפאן ווען מען האט אין שטוב קינדער, ווייל אפילו דו טראכסט אז דו קענסט זיך אכטונג געבן פון שלעכטס, דו ווייסט ווי אזוי דאס צו ניצן נאר אויף גוטע זאכן, און דו לייגסט ארויף א פילטער - דארפסטו וויסן אז דיינע קינדער קענען פון דעם געשעדיגט ווערן; יונגע קינדער ווייסן ווי אזוי אויסצושפילן די פילטער און אנקומען צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו.


קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים און אינגעלייט, ביטערע שווערע נסיונות, איך ווייס אויך נישט, אביסל ווייס איך, דאס ביסל וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר וויינען ווי שטארק זיי מוטשען זיך, און אסאך זאגן אז גאר אין שטוב פון טאטע מאמע האט זיך אנגעהויבן זייערע יסורים, ביים קוקן אין די טאטע מאמע'ס טעלעפאן; טאטע מאמע ווייסן נישט, טאטע מאמע מיינען אז אלעס איז גוט, אלעס איז פיין, זיי טראכטן: 'עס איז נישט אזוי געפערליך ווי די רבנים מאכן דאס', זיי האלטן זיך קלוגער, אז זיי קענען זיין אפגעהיטן וכו', בשעת ווען זייערע קינדער מוטשען זיך מיט שווערע נסיונות, מיט נסיונות אין קדושה, און מיט נסיונות אין אמונה; טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות השם ירחם פון האבן פוגם געווען מיט די אויגן, מיט קוקן דאס ערגסטע רחמנא לצלן, און דאס טוט אפשוואכן די הייליגע אמונה.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - יעדעס ווארט גייט אריין, און העלפט זיי שפעטער אין לעבן
מאוויס, תלמיד, בחורים, חינוך, מלמד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן די מעסעדזש.


טרייב אוועק די נארישע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טוסט גארנישט אויף, און וואס איז שוין ווערד דיין שווערע ארבעט, און ער ווייזט דיר די נישט גוטע זאכן ביי די תלמידים; טרייב זיי אוועק, די מחשבות זענען נישט אמת, די טוסט יא אויף, און די תלמידים באקומען אסאך יראת שמים פון דיר און אסאך עצות פאר די לעבן; און דאס וואס מען זעט נישט ווי זיי דאווענען און לערנען וכו' וכו' - דאס איז גארנישט, ווייל אזוי גייט עס, נישט אלע תלמידים טוישן זיך גלייך נאכן הערן א שיעור, נאכן הערן א שמועס; ביי ווייניג זעט מען גלייך א טויש, ביי רוב נעמט עס צייט, אבער דאס איז זיכער אז יעדע ווארט אמונה, קדושה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו קינדער און בחורים - גייט אריין אין זיי און עס העלפט זיי אויף שפעטער אין לעבן.


רעד צו די בחורים זיי זאלן נישט קוקן קיין מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן; ווייל אזוי הייבט זיך אן די זאך פון קוקן עבירות, מען קוקט אידישע זאכן ביז מען ווערט צוגעקלעבט צו קוקן, מען קען שוין נישט אנגיין אן קוקן זאכן, נאכדעם פאלט מען אין א טיפע גרוב השם ישמרינו, מען קוקט עבירות, און דעמאלט איז געענדיגט, מען פארלירט אלעס, און עס איז זייער זייער שווער דעמאלט אפצולאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - האב אים ליב, וועט ער ווערן דיין בעסטער תלמיד
תלמיד, אהבת ישראל, חינוך, תפלה, מלמד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין תלמיד ... נרו יאיר; זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, עס מוז זיין אז דו האסט אים נישט ליב, וואלסטו אים ליב געהאט - וואלט ער זיך נישט אזוי מתחצף געווען.


איך בעט דיר זייער נעם אן מיינע ווערטער ריכטיג, ווער נישט באליידיגט, אבער דאס איז די פאקט, עס מוז זיין אז דו האסט אים נישט ליב, אדער אז ער שפירט נישט גענוג אז דו האסט אים ליב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אים שטארק ליב האבן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט מיט אים האבן א שפראך - וועט ער ווערן דיין בעסטער תלמיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין
קינדער, שלום בית, ווייב, חינוך, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין; ווייל א גאנצע וואך ביסטו טרוד מיט ברענגען פרנסה, דו האסט נישט קיין קאפ און צייט פאר דיין משפחה, איז יעצט ווען עס קומט שבת דארפסטו זיך מיישב זיין; זיך אראפלאזן צו דיינע קינדער, פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, והיעיקר שמועס מיט זיי פון אמונה און פון צדיקים. שבת איז דא אסאך צייט ווען צו שמועסן מיט די קינדער; גייענדיג צום שול און גייענדיג אהיים, און ביי די סעודות איז צייט צו רעדן מיט די קינדער און זיי פרייליך מאכן.


חינוך הייבט זיך אן ביי זיך, אז דער טאטע שמועסט נישט ביים דאווענען, ער דאווענט און הערט אויס קריאת התורה - וועלן די קינדער אזוי טון, ווייל קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס, זאלסטו זיצן אין שול מיט דרך ארץ, שמועס נישט מיט קיינעם, און אויך ביי שלש סעודות זיץ מיט די אידן וואס זיצן ביים טיש מיט שטריימל און בעקיטשע און זינגען זמירות, זיץ נישט ביים עק טיש וואו מען שמועסט און מען שטערט.


דיין ווייב זאלסטו פרייליך מאכן, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קארג, זיי געבעדיג, פארגין איר אלעס, מאך איר פרייליך; וועט דער אייבערשטער מאכן רוען ביי דיר אין שטוב די שכינה הקדושה, און די קינדער וועלן וואקסן ערליך און געזונט.


א פרייליכן שבת.

#14 - אינגעלייט מיט שכל אינוועסטן אין בויען אידישקייט
צדקה, מוסדות, התבודדות, חינוך, אינוועסטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


אברהם יצחק נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין נעכטן אין שטעטל ביי די מעמד קביעות מזוזות אויף די אויבערשטע שטאק: "קומת אייזנער", די שטאק וואס דו האסט מנדב געווען פאר די טייערע קינדער, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען.


איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט צו זען פון די נאנט די ליכטיגע פנימ'ער פון די קינדער, ווי זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, זען פון די נאנט וואו די געלט גייט, די שיינע ליכטיגע שטאק, וואו די קינדער פארברענגען א גאנצן טאג מיט תורה און תפילה.


מיר האבן גערעדט ביי די מעמד קביעות מזוזות פון די אינגעלייט וואס זוכן צו כאפן מציאות, מען קויפט נאך א דירה און נאך א דירה, און מען מוטשעט זיך אפ מיט גוי'אישע טענענטס וואס צאלן נישט די רענט, און מיט די היינטיגע ניו יארק'ע ליבעראלע געזעצן, מען נעמט זיך אן פאר די טענענטס, און ביז מען קען זיי ארויס זען פון די דירות, און ביז מען טרעפט א צווייטע טענענט, איז עס נאך א ספק ספיקא; ווער זאגט דער טענענט וועט יא צאלן... מען איז פארנומען מיט יגיעות וטירחות און מען האט ביים סוף גארנישט; און דא איז דא אינגעלייט מיט שכל וואס דארפן נישט נאך אן אינוועסטמענט און נאך אן אינוועסטמענט, אנשטאט דעם אינוועסטן זיי אין בויען אידישקייט, זיי קויפן זיך זכותים לנצח נצחים, זיי קויפן זיך א כתה, אדער א קומה, אדער גאר א בנין וואס וועט בלייבן פאר אייביג; ווייל ווען מען העלפט אויפבויען חדרים, מוסדות התורה, ישיבות און כוללים, און בתי מדרשים – בלייבט דאס אויף אייביג און מען באקומט שכר אויף אייביג.


מאך זיך א סדר פארן ווינטער זמן, גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, גיי התבודדות, דאווען שחרית, און אזוי זאלסטו גיין אין אפיס, וועט די גאנצע טאג גיין גוט מיט הצלחה.

#13 - ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע
מלמדים, מוהרא"ש, חינוך, יסורים, מלמד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט פון זיין א 'מלמד'; דו האסט אזוי שיין מצליח געווען אלע דיינע יארן, איך האב צוריק געהערט אזעלכע שיינע גריסן פון עלטערן און תלמידים פון אלע דיינע יארן; איז א שאד אז דו האסט אזעלכע מחשבות פון אפלאזן, און אז דו האסט די יאר באקומען א כתה וואס איז אביסל שווערליך – איז דאס נאר א נסיון פאר דיר, און מיט די הקדמות און שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו קוקן אויף קינדער און ווי אזוי צו רעדן צו זיי מיט גרויס ליבשאפט – וועסטו עס יא קענען מאכן ארבעטן.


וויסן זאלסטו, אז עס איז באשערט א יאר פון זיך פלאגן און מוטשען – קען מען פון דעם נישט אנטלויפן, און אז מען וועט אפלאזן די מלמדות, ווער ווייסט וואס פאר א פלאג וועט קומען חס ושלום? מען קען מאכן אנשטאט זיך 'זייער פלאגן', קען מען מאכן 'זיסע פלאגן'; דאס איז מרומז אין די יאר תשפ"ז, ביי איינעם איז ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, און ביי איינעם איז עס ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע; דאס קענסטו טון, דאס איז תלוי אין דיר, צו נעמען די פלאג און דאס אריינלייגן אין די תלמידים, אריינלייגן אין זיי אמונה, קדושה, יראת שמים; א זיסע פלאג.


טראכט גוט איבער וואס איך שרייב דיר, און בלייב א מלמד.

#12 - העלפן בויען די נייע געגנט אין שטעטל
שמחה, שטעטל, התבודדות, חינוך, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו שיחיו


איך האב גערעדט צו מרדכי אהרן נרו יאיר, ער וועט ענק שוין איבערגעבן אז ענק קענען מיר העלפן מיט עפעס גאר חשוב בויען די נייע געגנט אין שטעטל, איך וויל עס ענק נישט דירעקט זאגן, איך וויל ענק נישט צודריקן צום וואנט.


העיקר מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן ענק זאלן וויסן וואס איז ריכטיג און ווי אזוי זיך צו פירן.


זעט אין שטוב זאל זיין פרייליך און געשמאק; אמת, מען דארף פירן א געזונטע שטוב, עס דארף זיין דיסציפלין, דרך ארץ, מען דארף פאלגן טאטע מאמע, אבער דאס מוז קומען באגאסן און באזאלצן מיט שמחה, אז די קינדער זאלן נישט ווערן פארמאכט פון פחד און פון אזויפיל זאגן, הייסן, קריטיקירן, עס מוז זיין געפאקט און געקניפט מיט שמחה און מיט ווערטלעך וכו'.

#11 - קיינמאל נישט שניידן די בארד
קינדער, אריז''ל, חינוך, מעשה'לעך פאר קינדערלעך, בארד און פיאות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א פארעם מיט קיען, און ווי א טאטע מיט א אינגל און קליין מיידל קוקן זיך צו, און אין האנט האלט דער קינד א גלאז וואסער. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך; נישט ממש א מעשה, נאר אריינבאקן אין די קינדער א פחד און מורא צו שניידן די בארד.


קינדערלעך ענק זעען די קיען פאשען זיך? אין די קיען זענען דא נשמות פון מענטשן וואס מען שיקט זיי אראפ נאכאמאל אויף די וועלט צו פאררעכטן די עבירות וואס זיי האבן געטון.


קוק דא, זעסט די גרויסע קי? אין איר איז דא א נשמה וואס פלעגט זיך שניידן די בארד, נעבעך פאר די נשמה, עס איז אזעלכע גרויסע יסורים...


טאטי, ווי אזוי ווייסטו וועלכע נשמות זענען דא אין די בעלי חיים, דו האסט רוח הקודש? ניין קינדערלעך, איך זע נישט און איך ווייס נישט, אבער דער הייליגער צדיק דער אריז"ל האט געהאט רוח הקודש, און ער האט אלעס געוואוסט און אלעס געזען, און ער האט דערציילט אז אויב מען שניידט די בארד, איז נאכן שטארבן, ווען די נשמה גייט ארויף אין הימל שיקט מען צוריק אראפ די נשמה אין א "פרה", אין א קי.


טאטע, איך האב אזוי מורא צו שטארבן, איך וויל נישט אריינגיין אין א קי, קינדערלעך טייערע, אויב מיר וועלן קיינמאל נישט שניידן די בארד און פיאות דארפן מיר נישט מורא האבן, דער הייליגער רבי האט דאס שוין געזאגט: "וואס האט א איד זיך צו זארגן אז ער וועט אוועק גיין פון די וועלט מיט די בארד און פיאות..."


טאטע, איך זאג צו, ווען איך גיי זיין גרויס און האבן א בארד גיי איך קיינמאל נישט שניידן מיין בארד, אבער איך האב אזוי רחמנות אויף די קי, אויף די נשמות וואס זענען אין זיי, וואס קען איך טון זיי צו מתקן זיין?


מאך הויך א ברכה, "ברוך ...", און איך וועל זאגן הויך אמן, וועט די נשמה האבן א תיקון.

#10 - קיין גוטס קומט נישט ארויס פון טעקסט גרופס
טעלעפאן, ליצנות, טעקסט, חינוך, פרשת נח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זייער גוט האט איר געטון אז איר זענט אראפ פון די טעקסט גרופ פון ענקער משפחה, הלוואי זאלט איר בכלל נישט האבן קיין טעקסט גרופ; ווייל אפילו מען האט א כשר'ע טעלעפאן – דארף מען נאכאלץ רחמי שמים, ווייל די טעקסט גרופס איז פיל מיט ווערטלעך, און יעדע ווערטל זאגט עפעס; מענטשן כאפן זיך נישט אז א ווערטל טראגט אין זיך א מעסעדזש – אדער לטוב אדער לרע, און עס גייט אריין אינעם מענטש שטילערהייט, און עס קילט אפ די יראת שמים, די תמימות.


די וואך איז די פרשה פון די מבול, נאר נח מיט זיין משפחה זענען געבליבן פון די גאנצע וועלט; היינט איז אויך דא א מבול פון מינות ואפיקורסות מיט ליצנות, און מען דארף זיך באשיצן פון נישט ווערן פארשוועמט מיט די מבול, מען דארף האבן א פארמאכטע שטוב, נישט ארייננעמען אין שטוב קיין מאגעזינען, קיין שום ליין מאטריאל, און זיך אכטונג געבן פון טעקסט מעסעדזשעס גרופס, אפילו פון א משפחה גרופ; ווייל קיין גוטס קומט נישט ארויס פון די גרופס, עס איז פיל מיט ליצנות און קאפ וויי וכו'.


אויך איז דאס א גוטע חינוך פאר די קינדער, ווען זיי וואקסן אויף מיט א מאמע וואס איז נישט איינגעטינקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן.

#9 - חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג
קינדער, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, דאווענען, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט אריינגענומען געסט אויף שמחת תורה, ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו עפנסט דיין טיר פאר אים מיט א ברייטע הארץ, דו ביסט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים ווי עס דארף צו זיין; דאס איז א גרויסע זאך, דער הייליגער רבי זאגט מורא'דיגע זאכן אויף הכנסת אורחים, קוק אריין אין ספר המידות אות הכנסת אורחים.


דיינע קינדער ווערן שוין עלטער, דארפסטו שוין טראכטן פון חינוך. מוהרא"ש זאגט, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג, ווייל די קינדער זעען ווי אזוי די עלטערן פירן זיך, און אז די עלטערן פירן זיך ערליך און איידל וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן; קינדער וואס זעען דעם טאטן גיין יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג וועלן זיי דאס נאכמאכן, און אז דער טאטע דאווענט נישט - וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען.


מען קען זיך נישט אויפוועקן ווען די קינדער זענען גרויס, מען קען נישט אנכאפן א קינד ביים אויער און אים נייטן צו דאווענען, די וועג ארבעט נישט, נאר אז דער טאטע דאווענט, און רעדט נישט ביים דאווענען - וועט דער קינד אויך דאווענען.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אויסהערן די מחשבות פון פחדים פונעם קינד
פחדים, מחשבות, נערווען, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די פחדים וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אייער קינד; עס איז זייער וויכטיג אז איר אלס מאמע זאלט יעדן טאג רעדן מיט אים ער זאל דערציילן אלע מחשבות, אזוי וועט עס אים ווערן גרינגער, ביז עס וועט ארויסגיין אינגאנצן.


עס איז זייער וויכטיג אז איר זאלט אויסהערן זיינע מחשבות פון פחדים, און אים בארואיגן אז די סארט מחשבות פון פחדים וכדומה - דאס איז וואס אסאך האבן, און עס איז גארנישט; עס וועט אוועק גיין. ווייל דער פחד אליינס איז איין שוועריקייט, מיט דעם וואלט מען נאך געקענט אנגיין, אבער די צווייטע חלק, וואס הייבט אן פייניגן דעם מענטש: 'וואס איז מיט מיר געשען אז איך האב פחדים, איך בין נארמאל? איך בין משוגע? וועל איך איין טאג ווערן אינגאנצן משוגע? איך בין א נערווען קראנקער מענטש'; די סארט מחשבות זענען זייער שרעקליך, די מחשבות לייגט צוגרונד דעם מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג איר זאלט אים אויסהערן און בארואיגן.


איך האב אים אויך געזאגט אז ער זאל קומען צו מיר און דערציילן אלע מחשבות פון פחדים וכו', ווייל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סעיף יג), אז דאס דערציילן די שלעכטע מחשבות (נערווען מחשבות) פאר א נאנטער חבר - האט א סגולה אז עס גייט אוועק פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר מיט אלע אייערע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, און האבן א זיסע יאר מיט אלעס גוטס.

#7 - יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע ווארעמקייט
טעלעפאן, בין אדם לחבירו, ישיבה, בחורים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן, די קומענדיגע יאר זאלסטו אפלאזן אלע גבאות און אלע עסקנות וכו' און זיך אריינלייגן נאר אין די ישיבה, איך וועל אם ירצה ה' טרעפן א נייער גבאי זאל העלפן מיט אפוינטמענס, מיט מאכן סדר אויפצונעמען מענטשן יעדע זונטאג וכדומה, איך וויל פון דיר איין זאך - נאר די ישיבה; יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע אויפמערקזאמקייט, ווארעמקייט און ליבשאפט, ספעציעל די קינדער פון אנשי שלומינו זאלן נישט אוועק פאלן, אלע זאלן דינען דעם אייבערשטן מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו וועלן טון זאכן וואס מען דארף נישט טון, און די זאכן וואס מען דארף טון - נישט צו טון, די הייליגע חכמים זאגן (קדושין לא.): "גדול מצווה ועושה", עס איז גרעסער און הייליגער צו טון וואס מען האט זיך אונטערגענומען צו טון; און אז דו האסט גענומען די זאך צו העלפן אין ישיבה - זאלסטו נישט ווערן אומדירעקט אריינגעדרייט אין עסקניות, גבאיות אין די קהלה.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז די בחורים זאלן יעדן טאג גורס זיין ח"י פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים, יעדער בחור זאל לערנען יעדן טאג חומש רש"י, שנים מקרא ואחד תרגום, און יעדער בחור זאל האבן א כשר'ע טעלעפאן אן קיין טעקסט מעסעדזש, אן קיין ווידיאו, אן קיין בילדער. איך זע וואס גייט פאר צווישן די בחורים, מען טשעפעט זיך, מען טוט זיך וויי, מען כאפט אפ איינער פון אנדערע ווי מען דרימלט, ווי מען עסט, און מען שיקט דאס פאר חברים, מען איז מלבין פני חברו ברבים, וואס איז אזוי געפערליך, אין לו חלק לעולם הבא (בבא מציעא נט.); איך וויל נישט אין ישיבה די זאכן.


אויך וויל איך אז אלע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, אין ישיבה דארף מען נישט גיין א גאנצן טאג אזוי, נאר ביים דאווענען מוז מען גיין אנגעטון, און ביים קומען און גיין.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל נאך רעדן מיט דיר מער באריכות, ווייל יעצט בין איך נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה אהיים פון רבינ'ס ראש השנה. נעכטן האט געהייסן אז עס וועט זיין א שיעור, אבער איך האב נישט געהאט די כוחות, איך דארף קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#6 - א סקול מיט נשמה און הארץ
סקול, הכרת הטוב, דרך ארץ, בית פיגא, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', סעקריטערי בית פיגא קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען ארבעטן אין אונזער סקול בית פיגא, איר זענט געווארן די סעקריטערי אין סקול; שוין אלע יארן וואס איר העלפט די קהלה מיט די חתונה מאכן אין ישיבה און מיט די קימפעטארין היים און מיט די פרויען פאראיין וכו', און יעצט האט איר גענומען נאך ארבעט אויף זיך, צו העלפן בית פיגא סקול; וויסן זאלט איר אז די סקול איז מיר זייער חשוב און זייער צום הארץ, עס איז מיר די חשוב'סטע זאך אין די קהלה, און דעריבער אויב איינער טשעפעט די סקול - נעם איך דאס זייער פערזענליך, מער ווי אלע אנדערע זאכן אין די קהלה, און מידה טובה מרובה, ווער עס העלפט די סקול בית פיגא - בין איך זייער מכיר טובה.


איך בין זייער צופרידן אז איר האט אראפגענומען אלע טעכנישע זאכן פון די מנהלת, אז זי זאל האבן צייט צו רעדן צו די עלטערן און צו די טיטשערס, ווייל די לעצטע פאר יאר איז געפאלן אלע ארבעט אויף איר; איך פריי זיך זייער אז איר זענט אריינגעקומען אין סקול און איר האט איבערגענומען אלע טעכנישע זאכן אז די מנהלת תחי' זאל האבן צייט, קאפ און מח - פאר די תלמידות און פאר די עלטערן.


רעדט צו מרת ... תחי', אוועק צו שטעלן א לוח פאר די סקול פאר די גאנצע יאר, אז עלטערן זאלן וויסן ווען עס וועט זיין סקול און ווען נישט, ווייל מען דארף ערלעדיגן זאכן מיט די קינדער, אפוינטמענטס; אזוי ווייסט מען ווען דאס צו טון.


בנוגע וואס טיטשערס האבן געפרעגט, אויב מען זאל מאכן א תקנה אין בית פיגא אזוי ווי אין אנדערע סקולס, אז אויב א מיידל גייט נישט צייטליך אריין אין כיתה נאך הפסקה, אז דאס פאסירט טאג נאך טאג - קען זי נישט קומען אין סקול פאר כך וכך טעג וכו'; איך בין נישט קיין חסיד פון דעם, איך וויל מען זאל ארבעטן מיט יעדע קינד על פי דרכו, די סארט רול'ס נעמט אוועק די נשמה און הארץ פון די סקול צו די קינדער; אודאי טאר נישט זיין הפקירות, עס דארף זיין דרך ארץ, אלע קינדער זאלן זיין נאך ריסעס און נאך לאנטש אין קלאס צייטליך, אזוי מוז זיין; מען דארף דאס אוועק שטעלן מיט א פראגראם אז אלע וואס האלטן זמנים וועלן באלוינט ווערן וכו' וכו', נישט אויף אהיים שיקן.


בנוגע אז קינדער זאלן ארויסגיין פון סקול מאכן א גראסערי ארדער פאר די מאמע; עס איז נישט גוט מען זאל לאזן קינדער ארויסגיין פון סקול.


בנוגע געבן שליסלעך פאר אלע טיטשערס פונעם בנין, יעדער זאל קענען קומען ווען מען וויל; איך ווייס נישט אויב דאס איז ריכטיג, איך האב אויך נישט קיין שליסל, און ווען איך קום אין בית פיגא קלינג איך די בעל, אמאל ענטפערט מען גלייך און אמאל ווארט איך אפאר מינוט; איך מיין מען זאל עס אזוי לאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5 - אז מען זארגט פאר די כלל, ווערט מען באפרייט פון אייגענע פראבלעמען
שכר לימוד, מוסדות, פרנסה, חובות, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


שבתי מזרחי נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


יעצט ווען די שטאט הייבט זיך צוביסלעך אן אריינצומישן אין די חינוך, זיי ווילן זען די בחינות פון די קינדער, און אז נישט - וועלן זיי נישט געבן די געלט; איך מיין מען דארף זיך אנהייבן היטן פון זיי, און ניצן די ווארט וואס מען זאגט פארן בין: "איך דארף נישט דיין האניג און נישט דיין שטעך".


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון אוועק שטעלן די מוסד מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און נישט זינקען אין קיין חובות.


געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען, אדער די עול פון א חדר, א ישיבה, א כולל, ער זארגט אז די מוסד זאל קענען אנגיין, ער נעמט אויף זיך די פרעשור - "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ" נעמט מען אוועק די פרעשור וואס מענטשן גייען אריבער אין די אייגענע ביזנעס; אז מען זארגט פאר די כלל, מען טוט פאר מוסדות התורה - ווערט מען באפרייט פון אלע פראבלעמען אין די אייגענע געשעפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#4 - די שפראך אין די מוסדות זאל זיין נאר אידיש
ישיבה, אידיש, חינוך, מוסדות היכל הקודש ארץ ישראל, קרן הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד יואל לעווי נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז אונזערע מוסדות האבן נעכטן באקומען נאכאמאל פון די חלוקה פון 'קרן הצלה', וואס דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט מייסד געווען, צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב, און מיט דעם וועט מען קענען העלפן די מלמדים און איינגעשטעלטע באקומען זייער געהאלט אויף יום טוב.


איך וויל אם ירצה ה' עפענען א ועד החינוך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל וואס וועלן זיין געשטעלט אויף ארייננעמען משפחות ביי אונז אין די מוסד. איך האב געטראפן אין אומאן אפאר ליכטיגע משפחות וואס האבן מיר אזוי שטארק געבעטן אז זיי ווילן זיין א חלק אין קהילת היכל הקודש און שיקן די קינדער ביי אונז אין די מוסד, אויך זענען געקומען צו מיר טייערע בחורים וואס ווילן אריינקומען אין אונזער ישיבה אין ארץ ישראל; איך וויל עס זאל זיין געשטעלט א וועד פון דריי אדער פינף אינגעלייט וואס זיי וועלן זיין געשטעלט אויף די זאך, (מען דארף אכטונג געבן אז די שפראך אין די מוסד זאל בלייבן אידיש, איך וויל נישט מען זאל רעדן ביי אונז אין די מוסד די שפראך פון העברעאיש; דארף מען זען וואס מען טוט אז עס וועלן קומען אויף איין מאל אפאר משפחות וואס קענען נישט קיין אידיש, אז די מוסד זאל בלייבן א מוסד וואס מען רעדט אידיש; סיי ביים פארלערנען און סיי די קינדער צווישן זיך).


אויך דארף מען זען אז די ישיבה זאל זיין אין א נארמאלע פלאץ, עס איז נישט ריכטיג וואס ענק האבן געטון מיטן ברענגען די ישיבה קיין בית שמש אין א פלאץ אן קיין בית הכסא, א קליינע שטוב וואס איז נישט ראוי לישיבה, נישט דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מען זאל ברענגען די ישיבה קיין בית שמש; ווי קען זיין א ישיבה אן קיין בית הכסא, אן קיין פלאץ וואו צו עסן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#3 - פרייליך אין די סוכה, פרייליך אין שטוב
שמחה, כעס, סוכות, חינוך, אושפיזין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין ערב סוכות, עס קומט שוין די הייליגע יום טוב סוכות; יעדע מאל דו גייסט אריין אין די סוכה זאלסטו איינלאדענען די הייליגע אושפיזין, די הייליגע געסט. עס שטייט אין זוהר (פרשת אמור, קד.) אז די אושפיזין קומען נאר אז מען רופט זיי; זאלסטו זאגן: "אֲזַמִּין לִסְעוּדָתִי", איך ליידן ענק איין צו קומען צו מיר אין די סוכה, "אוּשְׁפִּיזִין עִילָאִין", די הייליגע געסט, "אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב משֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף וְדָוִד", און זאלסט אכטונג געבן זיי זאלן נישט אנטלויפן פון דיין סוכה, זאלסט זיך נישט אויפרעגן אויף דיין ווייב און קינדער, און אז די סוכה איז קליין, מען זיצט צאמגעשטופט און עס גיסט זיך און עס טוט זיך - זאלסטו בליין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, געדענק ווער עס זיצט נעבן דיר, געדענק אז די הייליגע געסט זענען דא, און איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט געהאט ביי דיר אין סוכה דיין רב אדער דיין דַיָין - וואלסטו געזיצן און געשמייכלט, און אפילו די קינדער טאנצן און שפרינגען, עס גיסט זיך און עס טוט זיך וכו' - וואלסטו נישט געשריגן.


קיינמאל זאלסטו נישט ווארפן א זאך פון כעס, אדער צעברעכן א זאך פון כעס, שטייט אין זהר (פרשת פקודי רסג:) אויב א מענטש - ווען ער רעגט זיך אויף - ווארפט ער א זאך אדער ער צעברעכט א זאך - זענען דא מלאכים ספעציעל געשטעלט פאר דעם, זיי נעמען די זאך וואס דער מענטשן האט געווארפן און זיי ברענגען דאס אין הימל פארן אייבערשטן און זאגן: "קוקט, דער מענטש האט געברענגט א קרבן פאר עבודה זרה", און די הייליגע חכמים זאגן (שבת קה:): "כָּל הַכּוֹעֵס כְּאִלּוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; זאלסטו זיך זייער היטן נישט צו ווערן בכעס, נישט ווארפן קיין זאכן, נישט צעברעכן קיין זאכן; האב רחמנות אויף דיינע קינדער, ווייל ווען טאטע מאמע זענען בכעס גייען די קינדער צוגרונד, די גאנצע שטוב ווערט חרוב.


היינטיגע טעג דארף מען מער אכטונג געבן עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, די קינדער זאלן ליב האבן צו זיין אין שטוב, די קינדער זאלן נישט וועלן אוועק גיין פון די אידישע וועג; ווייל אמאל איז געווען נסיונות פון משכילים, מחקרים וכו', היינט איז נישטא די נסיונות, היינט איז די נסיון אז מענטשן ווילן ליבשאפט, מענטשן ווילן ווארעמקייט, און אז קינדער באקומען דאס נישט אין שטוב - זוכן זיי דאס ביי די אומות העולם השם ישמרינו; און כל שכן ווען מען טוט מצוות, עס קומט שבת, עס קומט א יום טוב - מוז מען דאס מאכן מיט שמחה, מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, אז די קינדער זאלן דאס וועלן, קינדער זאלן ארויסקוקן און פרעגן: "ווען קומט שוין יום טוב? ווען קומען שוין די טעג וואס עס גייט זיין זייער פרייליך אין שטוב?" אזוי וועלן זיי דאס אנהאלטן זייער גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#2 - חינוך איז טאקע נישט גרינג, אבער עס צאלט זיך אויס
חינוך הילדים, סבלנות, מוהרא"ש, נחת, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


חינוך איז נישט קיין גרינגע זאך, עס נעמט אסאך כח צו מחזק זיין די קינדער, אבער עס לוינט זיך; נאר אז מען איז מחנך די קינדער און מען איז מתפלל פאר זיי – איז מען זוכה צו זען פון זיי נחת.


דער עיקר פון חינוך איז איבערזאגן מיט סבלנות אן א שיעור מאל, לערנען די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; אמאל זאגט מען ווייך, אמאל שטרענג, אמאל מאכט מען א פראגראם אז נאך כך וכך מאל טון די גוטע זאך וואס מען וויל ביי זיי פועל'ן – וועט מען באלוינען וכו', און אמאל דארף מען קנס'נען; הכלל, חינוך איז טאקע נישט גרינג, עס נעמט די כוחות פון די עלטערן, אבער עס צאלט זיך אויס.


בנוגע די שכנים וכו'; דו לערן דיינע קינדער צו טון וואס איז ריכטיג, און אז די קינדער פון די שכנים טוען אנדערש – איז דאס נישט קיין תירוץ.


ובנוגע דער קינד וואס באזייטיגט דיינע קינדער וכו'; זיי אים משחד, געב אים גוטע ווערטער, כבוד, נאש וכו'.


בנוגע שותפות וכו'; מוהרא"ש איז געווען קלוגער פון אונז אלע און אונז געלערנט נישט צו מאכן קיין שותפות.

#1 - די הייליגקייט פון די מוסדות
צניעות, מוסדות, סוכה, באס דרייווערס, חינוך