בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - די בחורים זאלן גיין נאך געלט
מוהרא"ש, חובות, ישיבה, בחורים, גיין נאך געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב הנאה צו הערן יעדן טאג די הודעה וואס דו שיקסט, א באריכט פונעם טאג אין ישיבה; אזוי האלט איך מיט פון דער נאנט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.


איך וויל דו זאלסט צוריק מחזק זיין די בחורים זיי זאלן אלע גיין נאך געלט, דו ווייסט אז דאס איז געווען די רצון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז אלע תלמידי הישיבה זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און יעדע מאל איך בין געקומען מזכיר זיין ביי מוהרא"ש אז מיר זענען אין א לאך פון חובות, מיר קענען נישט צאלן די רענט, די לעקטער, די איינגעשטעלטע - האט מוהרא"ש מיך פארגעהאלטן פארוואס איך פארלאנג נישט פון די בחורים זיי זאלן גיין נאך געלט, עד כדי כך, איך פלעג זיין זייער שטרענג אויף דעם, און אז א בחור האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט און נישט געגאנגען נאך געלט - פלעג איך אוועק שיקן פון ישיבה.


הער א מעשה, אמאל האב איך פארשיקט א בחור פארן נישט גיין נאך געלט, איז דער בחור געגאנגען צו מוהרא"ש זיך באקלאגן אז איך האב אים פארשיקט פון ישיבה, ער האט אבער נישט געזאגט פארוואס איך האב אים פארשיקט, און נאכן ליל שישי שיעור ווען מיר פלעגן אריינגיין צו מוהרא"ש זאגן גוט שבת און נעמען א ברכה - האט מוהרא"ש מיר געפרעגט פארוואס איך האב אים פארשיקט, האב איך געזאגט אז ער גייט נישט נאך געלט, האט מוהרא"ש געזאגט: "אזוי?" ווי איינער פארוואונדערט זיך, "זייער גוט האסטו געטון, ווייל א בחור וואס איז אן אוכל ואינו עושה - זאלסטו נישט האלטן אין ישיבה".


פארשטיי ווי חשוב די זאך פון גיין נאך געלט איז געווען ביי מוהרא"ש, ווייל א צווייטע מעשה איז געווען, אז איך האב פארשיקט א בחור פון ישיבה פארן רעדן ניבול פה, און דער בחור איז געגאנגען צו מוהרא"ש, און מוהרא"ש האט מיך גערופן און מיך פארגעהאלטן, און מיר געזאגט אז איך זאל יענעם צוריק נעמען, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט אז א בחור וואס רעדט ניבול פה זאל איך פארשיקן פון ישיבה.


איך בעט דיר זייער, זאלסט פארלאנגען פון די בחורים זיי זאלן גיין נאך געלט, דו זאלסט יעדן טאג צאמנעמען די געלט און צייכן אן די נעמען פון די בחורים מיט די סכומים, און מען וועט זען מיט וואס מען קען זיי באלוינען. דא אין ישיבה מאך איך ספעציעלע שבתים מיט די בחורים, פאר די וואס גייען נאך געלט; דוקא די וואס גייען נאך געלט, נישט די וואס ברענגען מעשר וכו', ווייל איך וויל אריינברענגען אין די בחורים זיי זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - יעדעס ווארט גייט אריין, און העלפט זיי שפעטער אין לעבן
מאוויס, תלמיד, בחורים, חינוך, מלמד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן די מעסעדזש.


טרייב אוועק די נארישע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טוסט גארנישט אויף, און וואס איז שוין ווערד דיין שווערע ארבעט, און ער ווייזט דיר די נישט גוטע זאכן ביי די תלמידים; טרייב זיי אוועק, די מחשבות זענען נישט אמת, די טוסט יא אויף, און די תלמידים באקומען אסאך יראת שמים פון דיר און אסאך עצות פאר די לעבן; און דאס וואס מען זעט נישט ווי זיי דאווענען און לערנען וכו' וכו' - דאס איז גארנישט, ווייל אזוי גייט עס, נישט אלע תלמידים טוישן זיך גלייך נאכן הערן א שיעור, נאכן הערן א שמועס; ביי ווייניג זעט מען גלייך א טויש, ביי רוב נעמט עס צייט, אבער דאס איז זיכער אז יעדע ווארט אמונה, קדושה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו קינדער און בחורים - גייט אריין אין זיי און עס העלפט זיי אויף שפעטער אין לעבן.


רעד צו די בחורים זיי זאלן נישט קוקן קיין מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן; ווייל אזוי הייבט זיך אן די זאך פון קוקן עבירות, מען קוקט אידישע זאכן ביז מען ווערט צוגעקלעבט צו קוקן, מען קען שוין נישט אנגיין אן קוקן זאכן, נאכדעם פאלט מען אין א טיפע גרוב השם ישמרינו, מען קוקט עבירות, און דעמאלט איז געענדיגט, מען פארלירט אלעס, און עס איז זייער זייער שווער דעמאלט אפצולאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - א קאמפיוטער איז נישט גוט, אפילו פאר גוטע זאכן
קאמפיוטער, אפיס, התבודדות, בחורים, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך נאכאמאל מחזק זיין, ווען דו העלפסט אין די מוסד און די שול, ישיבה וכדומה – זאלסטו ארייננעמען וואס מער בחורים און אינגעלייט זאלן העלפן, נישט דו אליין זאלסטו טון די ארבעט, ווייל אזוי וועסטו אויף איינמאל העלפן דריי מאל; סיי זאכן וועלן געטון ווערן, סיי בחורים וועלן נישט גיין ליידיג, והעיקר די אלע וועלן בלייבן און באקומען א געפיל צום הייליגן רבי'ן; ווייל אזוי איז די מציאות, ווער עס העלפט און ווער עס טוט פארן רבינ'ס זאך – באקומט א געפיל און בלייבט מיטן געפיל צום רבי'ן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א צייט ווען און ווי לאנג דו זיצט אין אפיס, און זיך האלטן צו דעם; ווייל מען קען פארברענגען טעג און נעכט ביים קאמפיוטער, אפילו פאר גוטע זאכן, אבער מען ווערט פארט צוגעקלעבט צום קאמפיוטער פאר גארנישט און פאר נישט. למשל, מען וויל קויפן א זאך, אויב האט מען נישט קיין גדר ווי לאנג מען איז אין אפיס קען אריבער גיין א גאנצע טאג נאר צו זוכן א בענקל וכו'.


העיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – יעדן טאג א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא; הלכה – שלחן ערוך כסדרן; אויך דעם רבינ'ס ספרים און תהלים.


אינדערפרי גיי א שפאציר צו שמועסן מיטן אייבערשטן, ערשטנס הייב אן מיט דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן בחדר היכל הקודש וכו', אז דו ביסט חתונה געהאט, האסט קינדער, און אז אלע זענען געזונט וכו', און אויך זאלסטו בעטן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, און אזוי ווייטער.

#5 - יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע ווארעמקייט
טעלעפאן, בין אדם לחבירו, ישיבה, בחורים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן, די קומענדיגע יאר זאלסטו אפלאזן אלע גבאות און אלע עסקנות וכו' און זיך אריינלייגן נאר אין די ישיבה, איך וועל אם ירצה ה' טרעפן א נייער גבאי זאל העלפן מיט אפוינטמענס, מיט מאכן סדר אויפצונעמען מענטשן יעדע זונטאג וכדומה, איך וויל פון דיר איין זאך - נאר די ישיבה; יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע אויפמערקזאמקייט, ווארעמקייט און ליבשאפט, ספעציעל די קינדער פון אנשי שלומינו זאלן נישט אוועק פאלן, אלע זאלן דינען דעם אייבערשטן מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו וועלן טון זאכן וואס מען דארף נישט טון, און די זאכן וואס מען דארף טון - נישט צו טון, די הייליגע חכמים זאגן (קדושין לא.): "גדול מצווה ועושה", עס איז גרעסער און הייליגער צו טון וואס מען האט זיך אונטערגענומען צו טון; און אז דו האסט גענומען די זאך צו העלפן אין ישיבה - זאלסטו נישט ווערן אומדירעקט אריינגעדרייט אין עסקניות, גבאיות אין די קהלה.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז די בחורים זאלן יעדן טאג גורס זיין ח"י פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים, יעדער בחור זאל לערנען יעדן טאג חומש רש"י, שנים מקרא ואחד תרגום, און יעדער בחור זאל האבן א כשר'ע טעלעפאן אן קיין טעקסט מעסעדזש, אן קיין ווידיאו, אן קיין בילדער. איך זע וואס גייט פאר צווישן די בחורים, מען טשעפעט זיך, מען טוט זיך וויי, מען כאפט אפ איינער פון אנדערע ווי מען דרימלט, ווי מען עסט, און מען שיקט דאס פאר חברים, מען איז מלבין פני חברו ברבים, וואס איז אזוי געפערליך, אין לו חלק לעולם הבא (בבא מציעא נט.); איך וויל נישט אין ישיבה די זאכן.


אויך וויל איך אז אלע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, אין ישיבה דארף מען נישט גיין א גאנצן טאג אזוי, נאר ביים דאווענען מוז מען גיין אנגעטון, און ביים קומען און גיין.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל נאך רעדן מיט דיר מער באריכות, ווייל יעצט בין איך נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה אהיים פון רבינ'ס ראש השנה. נעכטן האט געהייסן אז עס וועט זיין א שיעור, אבער איך האב נישט געהאט די כוחות, איך דארף קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#4 - קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף ערליכע אינגעלייט
הפצה, חידושי תורה, שיעור, בחורים, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו זען דיינע חידושי תורה וואס דו ביסט מחדש מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס בלאזט אריין חיות אין נשמות ישראל, אז אפילו א 'ציפור שמרדה', א נשמה וואס איז פארבלאנזשעט פון די קדושה – "כֹּל הֵיכָא דְּאִיתֵיהּ בְּבֵי גַזָּא דְּרַחֲמָנָא אִיתֵיהּ דִּכְתִיב 'לַה' הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ'" (חולין קלט.) איז מען נאכאלץ ביים אייבערשטן, מען קען זיך נאך צוריק קערן, מען קען תשובה טון.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין 'הפצה', גיי הפצה ביי די פרומע שטיבער, גיי הפצה צו כולל אינגעלייט און בחורי ישיבה; ביי ענק איז דא אסאך מפיצים וואס גיין צו די נישט פרומע געגנטער, מיר דארפן מפיצים ביי די פרומע; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די ערליכע אינגעלייט, מען מיינט אז מען דארף גיין הפצה נאר ביי די וואס מען האט נעבעך אוועק געפירט פון אידישקייט און אויסגע'שמד'ט רחמנא לצלן, מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים, די היימישע ציבור איז אזוי צעבראכן, דער בילד פון אינדרויסן איז טאקע זייער שיין, אבער פון אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן און אויסגעברענט, מען איז אויפגעגעבן, און אלע ווארטן אויף חיזוק, חיזוק אויף אמונה; זאלסטו גיין דיקא אין כוללים, אין ישיבות און אין שולן.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי מחזק אנשי שלומינו, בעיקר די בחורים און די אברכים - זיי זאלן הערן די שיעורים, די טעגליכע שיעורים וואס מען געבט אין ישיבה און זיכער די וועכנטליכע שיעור פאר אינגעלייט; עס איז אזוי וויכטיג צו הערן דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן, נאר אזוי קען מען זיך האלטן פריש, און נישט ווערן אלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#3 - זיך אומקוקן אויף די בחורים אין אומאן
אומאן, ישיבה, יראת שמים, בחורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש וויליאמסבורג


איך וויל דיר בעטן אז אין אומאן זאלסטו זיך אומקוקן אויף די בחורים זיי זאלן אלע האבן יראת שמים, דריי זיך מיט זיי און זע זיי זאלן אויסניצן די צייט אדער זיין ביים ציון אדער זיין אין אונזער בנין, אויך ביים דאווענען ווען איך דאוווען ביים עמוד איך בין דער חזן - זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן זען וואס גייט פאר, און אז דו זעסט בחורים זאלסטו זיי אריינרופן, ווייל ווען איך שטיי ביים עמוד, איך בין בעל תפילה און איך זע אז די בחורים פעלן, זיי זענען אינדרויסן - האב איך נישט קיין מנוחה, איך קען אבער נישט ארויסגיין ווייל איך בין בעל תפילה, בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן, אויך מיט די אנדערע מגידי שיעורים.


איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן אין ישיבה אז די בחורים זאלן קומען מיט א הוט און רעקל און אהיים גיין מיט הוט און רעקל, לעצטנס זע איך אז בחורים האלטן די הוט און רעקל אין ישיבה, און גייען און קומען אן די הוט און רעקל, איך וויל נישט עס זאל אזוי זיין, איך וויל דו זאלסט זיך דאס אויסנעמען מיט אלע תלמידים, און אלע זאלן קומען און גיין מיט הוט און רעקל.


אויך וויל איך נישט זען אין ישיבה סניקערס; איך וויל אז אלע בחורים זאלן גיין מיט די שיך וואס מען גייט אין די חסידי'שע ישיבות.


אויך זאלסטו דאס רעדן צו די מגידי שיעורים אין שטעטל און מיט משה שמואל אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2 - ווייניג בחורים, אבער זיי פאלגן און לערנען
נסיעה, ישיבה, בחורים, לערנען

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מגיד שיעור היכל הקודש ירושלים


איך האב געהערט די באריכט ווי אזוי עס קוקן אויס די נסיעות ווען דו פארסט מיט די בחורים, די סכנה'דיגע זאכן וכו', ווי איינער עפנט א טיר אינמיטן פארן, און די אנדערע סכנה'דיגע זאכן.


אויב די בחורים זענען נישט דערוואקסן - זאלסטו מער נישט פארן קיין נסיעות מיט זיי, ווייל חס וחלילה אויב עס וועט עפעס שלעכט פאסירן וואס וועסטו טון...


העיקר שטארק זיך, און לאז נישט אין ישיבה בחורים וואס לערנען נישט און דאווענען נישט. מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: עס איז נישט קיין קונץ צו האבן הונדערט בחורים וואס טוען גארנישט, העיקר האבן בחורים, אפילו נאר אפאר - אבער וואס פאלגן און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - נעם בחורים צו העלפן בויען די קהלה
שלום בית, משמש דעם רבי'ן, קהילה, בחורים, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון העלפן בויען די קהלה; משמש זיין דעם רבי'ן איז גאר א הייליגע זאך, און עס איז מכפר אויף אלעס.


איך הער פונעם מגיד שיעור הרב ישראל יוסף שליט"א אז דו נעמסט ארויס בחורים פון ישיבה צו העלפן מיט וואס מען דארף; צי מיט די בויען די עירוב, צי מיט אויפהאלטן די שארטקאטס, צי מיט די שחיטה וכדומה; איך וויל דיר זאגן כה לחי, און אזוי זאלסטו ווייטער טון, און אויך ווען דו זעסט א בחור וואס מען האט אים אהיים געשיקט פון ישיבה און ער דרייט זיך און גייט ליידיג - זאלסטו אים נעמען מיט דיר און אים פרייליך מאכן, און עס וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.


אויך זאלסטו מאכן צייט פאר דיין ווייב, איר פרייליך מאכן און איר ארויסנעמען זיך אויסלופטערן, און אז מען פירט זיך ערליך און הייליג איז דא צייט פאר אלעס; סיי טון פאר די קהילה, און סיי פאר די ווייב, סיי פאר שיעורים כסדרן, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.