בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אין זכות פון צניעות וועסטו האבן א גוטע שידוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו ליינען וואס דו שרייבסט אז דו פירסט זיך בצניעות און דו האסט מער נישט צו טון מיט וכו', אז דו וועסט זיך ווייטער פירן ערליך וועסטו מאכן א נחת רוח פארן הייליגן באשעפער.


יעצט שטייען מיר פאר דעם יום טוב פורים וואס די גאנצע נס פון פורים איז געקומען דורך אסתר המלכה וואס האט זיך געפירט בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (תרגום אסתר ב, ז): "אֶסְתֵּר הֲווּ קָרִין לָהּ", מען האט גערופן אסתר המלכה מיט'ן נאמען 'אסתר', "עַל דִי הֲוַת צְנִיעָא בְּבֵיתָא דְּמָרְדְּכַי שַׁבְעִין וַחֲמֵשׁ שְׁנִין, וְלָא חֲזָת אַפֵּי גְבַר אֱלָהֵן אַפֵּי מָרְדְּכַי", ווייל אסתר המלכה איז געווען זייער צניעות'דיג אין מרדכי הצדיק'ס הויז; פאר פינף און זיבעציג יאר האט זי נישט געקוקט אויף קיין שום פרעמדע מאן, זי האט נאר געקוקט אויף מרדכי הצדיק - דערפאר האט זי זוכה געווען אז זי האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות וואס דו שטארקסט זיך אין צניעות זאלסטו זוכה זיין צו טרעפן א שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


זע צו גיין מיט א פארמאכטע קנעפל.