בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זען נאר גוטס ביי די קינדער, אויך די חתונה געהאטע
קינדער, חתונה, הדרכות, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מקרב דיינע קינדער, און אויך דיינע חתונה געהאטע קינדער, און אז זיי פירן זיך אנדערש, און זיי מאכן אנדערש וכו' וכו' - זאלסטו חס ושלום זיי מרחק זיין, קינדער דארף מען זייער מקרב זיין, בפרט נאך די חתונה, דעמאלט מוז מען זיי זייער מקרב זיין.


דיין זון ... נרו יאיר איז אזוי טייער, און אויך זיין ווייב תחי', זאל דיך נישט באדערן זייער קטנות הדעת, זיין סוועדער מיט זיינע שמאלע הויזן וכו'; דאס איז קטנות הדעת, מען וואקסט דאס אויס. לויט ווי איך האב געהערט ביסטו אויך דאס אריבער אין די יונגע יארן, יעצט האלסטו ביי אנדערע מוחין וכו', און אז דו וועסט זיי מקרב זיין מיט ווארעמקייט און ליבשאפט, וועלן זיי דאס אויך אפלאזן.


אז דיין זון רופט דיך זאלסטו אויפהייבן די טעלעפאן, און אז ער רופט דיך נישט - זאלסטו אים רופן, געב אים די גוטע געפיל, אז ער האט א טאטע וואס ליבט אים, געב אים די גוטע געפיל אז זיין טאטע האלט פון אים; נאר אז מען האלט און ביז וויפיל מען האלט פון די קינדער - אזוי קענען זיי וואקסן און מצליח זיין.


ביי התבודדות זאלסטו דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, און בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן גוטע אויגן און א גוט הארץ, נאר זען גוטס ביי דיינע קינדער און ביי אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.