בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, וויליאמסבורג
א גרוס פון דיינע טייערע זיסע קינדער, אלע פירן זיך מיט יראת שמים, איך בין זייער צופרידן פון זיי.
די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, מענטשן מיינען אז חודש אלול איז אן אנגעצויגענע צייט, און דערפאר קענען דאס א טייל מענטשן נישט פארנעמען, דאס איז א גרויסע טעות, חודש אלול איז א צייט פון רחמנות, די טעג זענען ימי הרחמים והרצון, ידו פתוחה לקבל שבים, וואס דער אייבערשטער'ס האנט איז אויסגעשטרעקט פאר אלע וואס טוען תשובה, יעדער איינער קען פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, מיר זאלן קומען צו אים, אים איבערבעטן און תשובה טון.
וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די טעג פון חודש אלול מיט תשובה און מיט מעשים טובים, מיט א שמחה און א תקוה – אז דער אייבערשטער פרייט זיך מיט וואס מיר טוען און האט אונז ליב; ווייל אזוי ווי אלע מצוות דארף מען טון מיט שמחה, דארף מען אויך טון די מצוה פון תשובה מיט שמחה, מען דארף זיך פרייען אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, און אז מיר קענען זיך צוריק קערן און אלעס פאררעכטן, און חס ושלום האבן עצבות און מרירות, ווייל די ערשטע זאך ווען מען טוט תשובה, מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן – איז זיך צו דערווייטערן פון עצבות און פון מרה שחורה, דער אייבערשטער האט זייער פיינט עצבות ומרה שחורה, דאס איז פון די סטרא אחרא רחמנא לצלן (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), און דאס איז די סימן צי מען איז ביי די קדושה אדער ביי די אנדערע זייט; אויב מען איז פרייליך – איז מען ביי די קדושה, און אויב מען איז בעצבות – איז מען ביי די נישט גוטע רחמנא לצלן; וואויל איז דעם וואס רעכט אפ די טעג מיט גרויס שמחה, וועט ער האבן א גוט געבענטשט יאר.