בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת אחרי-קדושים, ו' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... וזוגתו ... תחי'.
שטארקט אייך אינאיינעם, דו שטארק דיין ווייב און איר זאלט שטארקן אייער מאן; חס ושלום אויסהערן די שלעכטע אכזריות'דיגע דאקטורים וואס זענען אזוי נידריג געפאלן אז זיי רעדן אן דעם מענטש צו הרג'ענען דאס קינד.
דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (פרשות שמות, דף ג): "תְּלָתָא בִּישִׁין עָבִיד דְּכָל עָלְמָא לָא יָכִיל לְמִסְבַּל, וְעַל דָּא עָלְמָא מִתְמוֹגְגָא זְעֵיר זְעֵיר, וְלֹא יְדִיעַ, וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אִסְתָּלִק מֵעָלְמָא, וְחַרְבָּא וְכַפְנָא וּמוֹתָנָא אַתְיָין עַל עָלְמָא", אלע צרות וואס קומט אויף די וועלט קומט צוליב די עבירה פון הרג'ענען די קינדער איידערן געבוירן; ווער ווייסט צי די צרה פון קאראנע קומט נישט פון דעם וואס די וועלט איז אזוי געפאלן אז די דאקטורים הרג'ענען און רצח'ענען קינדער.
איך האף אז איר וועט זיך דערהאלטן, איר וועט אננעמען די מתנה פונעם אייבערשטן מיט דעם וואס איר דארפט ליגן לאנגע חדשים.
איך פערזענליך קען א משפחה וואס אלע קינדער, איבער צען קינדער, זענען חרוב ונחרב; איך געדענק די משפחה פון אלס קינד, די משפחה האט געשיינט און געבליט, אלע האבן זיך געוואונטשן צו האבן אזעלכע קינדער ווי זיי, יעצט איז נישט דא קיין שריד ופליט פון זיי. א טייל האבן מיט די נערווען און א טייל האב אפגעלאזט די תורה'דיגע וועג וכו'. איך האב זיך אלץ געוואונדערט וואס איז פשוט פשט, ביז איך האב זיך דערוואוסט אז די מאמע איז געקומען פרעגן א שאלה צי זי מעג הרג'ענען איר קינד, נאכדעם וואס די דאקטורים האבן געזאגט אז דאס קינד גייט נישט זיין געזונט; מען האט איר גע'פסק'נט וואס די תורה זאגט און זי האט נישט געקענט עומד בנסיון זיין ה' ישמרינו.
גלייבט מיר, אסאך פרויען וואלטן געקענט באשטיין צו ליגן אפילו פאר גאנצע ניין חדשים צו האבן א קינד.
איך בעט פאר ענק איר זאלט האבן הצלחה און עס זאל אנקומען גרינג.