בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביי מיר איז חשוב די וואס גרויסן זיך נישט און מאכן נישט אוועק אנדערע
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, מוסדות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


די מנהלת תחי' האט איבערגעגעבן אייער נאמען אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע תלמידה. איר קריגט זיך נישט מיט קיינעם, איר זענט יעדנ'ס חבר'טע. אויך זאגט זי אויף אייך אז איר זענט זייער דרך ארץ'דיג און זייער איידל. איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן אויף אייך, הלוואי זאלן אלע תלמידות פון די כיתה אייך נאכמאכן.


איך האב נישט קיין כח צו הערן אז עס איז דא חשבונות, פאליטיק – צווישן די מיידלעך; די גרויסט זיך אויף דעם און די מאכט אוועק דעם, איך קען נישט ליידן די זאכן. ביי מיר איז חשוב נאר די תלמידות וואס גרויסן זיך נישט און מאכן נישט אוועק אנדערע.


ווייזט דעם בריוו פאר די מנהלת און פאר אייערע לערערינס, און אויך פאר די חבר'טעס; זאלן זיי זען וואס איז חשוב אין היכל הקודש, אין זיכער ווייזט דעם בריוו פאר אייערע טייערע עלטערן.


איך בין יעצט אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר אלע תלמידים ותלמידות, עס זאל זיין אחדות צווישן אונז.