בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב זיך מחי' געווען מיט דיין בריוו.
פון אלעס וואס דו שרייבסט מיר אינעם בריוו, פון דיינע שיעורים וכו' וכו' - האב איך דאס מערסטע הנאה פון דיין הפצה, אז דו פארשפרייסט פאר נאך אידן די זיסע עצות פון רבי'ן. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין נאך א איד צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.
נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, קומט צו צו מיר א איד און גיסט זיך אויס זיין הארץ, אז זיין זון איז אים פארפאלן געווארן, ער האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו, בתוך הדברים דערציילט ער מיר אז עס איז אריבער א לאנגע צייט וואס ער האט נישט געוויסט וואו דער זון געפונט זיך, זיי זענען געווען צוקריגט פאר א לאנגע צייט, איין טאג באקומט ער א טעלעפאן רוף, זיין זון וויינט: "טאטי, ראטעווע מיר, איך בין ארום גענומען מיט פופצן פאליציי אפיצירן, רעד צו זיי"; עפעס האט ער זיך פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ. דער איד זאגט מיר: "עס איז אריין אין מיר אזא רחמנות, איך האב אים געהאלפן זיך ארויסדרייען פון דעם פלאנטער, איך האב אים געשיקט געלט וכו'"; דער איד זאגט מיר: "איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיר, מיר זענען געווען אזוי צוקריגט, פלוצלינג ווען איך האב געהערט פון אים ווי ער וויינט "טאטי, ראטעווע מיר", האב איך באקומען אזא רחמנות אויף אים, אז איך האב פארגעסן פון זיינע שלעכטע מעשים".
פרעג איך דיר, שטעל זיך פאר דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז; ווען מיר פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, א בחינה ווי מיר זענען צוקריגט, און פלוצלינג געבט דער איד א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", ווי דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אונז, העלפט אונז און געבט אונז וואס מיר דארפן.
בעט איך דיר מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך ווייטער מיט'ן פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן; די ספרים ברענגען אריין א האפענונג אין מענטשן וואס זענען שוין מייאוש און צעבראכן, ווען מען לערנט די ספרים און קונטרסים געבט מען זיך א דערמאן אז מען האט א טאטע און מען געבט א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", דעמאלט וועקט זיך אויף די רחמנות פונעם אייבערשטן און מען באקומט אלע גוטע זאכן.
עס פעלט נישט אויס זאלסט ברענגען קיין אמעריקא סידי'ס; דא אין ישיבה מאכט מען אליינס סידי'ס, דער עיקר זאלסטו דאס פארשפרייטן דארט וואו דו וואוינסט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.