בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טו תשובה, וועסטו זוכה זיין צו פרנסה
תפילות אויף אידיש, תשובה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט דערציילט, עס זענען געווען צוויי גרויסע עשירים שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קארגער און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; אמאל איז געקומען אן ארעמאן און געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט: "איך האב אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן אויף קליינע שטיקלעך, אז דו וועסט מיר צעשניידן די ביימער וועל איך דיר געבן עסן", דער ארעמאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'".


דער ארעמאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויפגענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארעמאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


טו תשובה, זאג: "הייליגער באשעפער איך גיי שוין זיין גוט, העלף מיר איך זאל זיך נישט דארפן אזוי מוטשען, זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד" - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.