בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק
מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה א וואוילער מאן מיט געזונטע קינדער - דארפט איר דאנקען דעם אייבערשטן און זיך פרייען צו קענען לעבן מיט זיי, אנגרייטן עסן פאר זיי, מאכן וועש פאר זיי; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר באקומען נאך און נאך כח.
דאנקען דעם אייבערשטן קענט איר טון אפילו איר זענט נישט אינגאנצן דערביי. ווען מען זאגט "ברוך השם"; צום ביישפיל, איינער פרעגט: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" און מען ענטפערט: "ברוך השם", אפילו מען איז נישט דערביי, מען זאגט דאס נאר געמאכטערהייט - העלפט דאס אויך; עס מאכט אויס אויפ'ן מענטש. ווייל דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן געבט כח און א שטארקע מח.
בנוגע אייער פראגע וכו'; אז איר וועט טון די שטוב ארבעט, איר וועט ריין מאכן די שטוב, מאכן די וועש און אנגרייטן עסן פאר די משפחה - וועט איר באקומען כח, איר וועט ווערן געזונט און שטארק. און אז איר וועט גארנישט טון, איר וועט זוכן ווי זיך ארויסצודרייען וכו' וכו' - וועט איר ווערן שוואכער און שוואכער, ביז איר וועט דארפן אנהויבן וואוינען ביי טערעפיסטן און פסיכילאגן השם ישמרינו.
טון די שטוב ארבעט איז די העכסטע זאך פאר א אידישע פרוי; העכער פון דאווענען, העכער פון זאגן תהילים און העכער פון טון חסד מיט אנדערע; נישטא קיין גרעסערע זאך ביי אידישע מאמעס ווי צו אנגרייטן עסן פאר די קינדער און ריין מאכן די שטוב און אזוי ווייטער.
א גוט יום טוב.