בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טייל אפ דיין אפיס, דיין פרנסה, פון דיין שטוב
טעלעפאן, אידישע שטוב, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך מחזק צו לאזן דיין טעלעפאן און טעבלעט – אין דיין אפיס, זע אז דיין שטוב זאל זיין א זויבערע פלאץ פאר דיינע קינדער, טייל אפ דיין אפיס, דיין פרנסה – פון דיין שטוב; אז די צייט וואס דו ביסט אין שטוב – זאלסטו זיין אינגאנצן אין שטוב פאר דיין ווייב און קינדער.


איך ווייס עס איז שווער, דו ביסט שוין צוגעוואוינט צו זיין פיר און צוואנציג שעה מיט די טעלעפאן וכו'; זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן די כוחות דאס צו קענען טון. ווילסט דאך שוין האבן אן אייגענע דירה, זאלסטו דאס טון פאר א סגולה, און בזכות וואס דו וועסט האלטן דיין שטוב ריין און זויבער – וועסטו באקומען אן אייגענע דירה.


איך האב אויך געהאט א גרויסע נסיון פון האבן א לעפטאפ אין שטוב, איך האב זיך געזאגט אז איך מעג, איך ניץ עס נאר צו שרייבן בריוו, צו שרייבן א פירוש אויפן זוהר און אויפן ליקוטי מוהר"ן, און פאר א שטיק צייט האב איך געהאט די לעפטאפ אין שטוב, און מיט התבודדות און חשבון הנפש האב איך מיט גרויסע ניסים דאס ארויסגענומען פון שטוב און דאס צוריק געגעבן פאר דעם אינגערמאן וואס האט מיר דאס געברענגט.


איך שרייב דיר דאס צו געבן חיזוק אז אפילו פאר דברי תורה און התחזקות – איז אויך נישט ריכטיג צו האלטן אין שטוב די כלים.