בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
בנוגע וואס מיר האבן גערעדט ל"ג בעומר אין שטעטל ביי די סעודה, פון די שעדליכקייט פון א סמארטפאון; גלייב מיר איך האב נאך ניטאמאל אנגעהויבן רעדן ווי שעדליך דאס איז, ווייל דורך נישט היטן די אויגן פארלירט מען אלעס, אנעם טעלעפאן דארף מען רחמי שמים מיט שמירת עיניים, איז דאך זיכער מיט א סמארטפאון, און שטעל זיך פאר וואס וואלט די רבי געזאגט אויף דעם?
ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, די צדיקת אדל, די טאכטער פון רבי'ן - האט אמאל געהאלפן מסדר זיין די דירה, מען האט איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב, און זי האט איבער געדעקט די מעבל אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, און אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט זי גענומען א טיכל וואס פרויען בינדן זיך די קאפ און מיט דעם איבער געדעקט דעם זייגער, אז די זייגער זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס איז היינט דא אזעלכע שוואכע מוחות, און ווען זיי זעען נאר א טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות, דעק איבער די זייגער מיט א צווייטע זאך"; טראכט אריין, וואס וואלט דער רבי געזאגט אויף האבן א טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - די כלים וואס מען קען זען דערויף עבירות? אויב א טיכל האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל לייגן אויפן וואנט, ווייל דאס קען ברענגען נישט ריינע מחשבות, איז דאך זיכער אז האבן א סמארטפאון, וואס נעמט אוועק די מח, קאפ און הארץ, עס נעמט אוועק די יראת שמים, עס נעמט אוועק די תמימות - איז דאך זיכער אז דאס טאר מען נישט האבן.
אפילו מיט א פילטער אויפן טעלעפאן, טעבלעט וכו' - וואס לאזט נישט אריבער גיין די גאר שלעכטע זאכן - איז מען נאכאלץ אין א גרויסע סכנה, ווייל עס קילט אפ די אמונה, עס קילט אפ די יראת שמים, די וואס האבן דאס - זיי ווייסן גאר גוט, טיף אין הארצן ווייסן זיי אז דאס איז נישט קיין גוטע זאך, נאר די נסיון איז זייער שטארק, עס ציט זייער, און עס איז זייער באקוועם, און אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם - קען מען זיך זייער שווער שיידן דערפון; נאר איין עצה בלייבט איבער צו קענען ארויסגיין פון דעם, דורך 'תפילה והתבודדות', מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל צוריק מיין ריינקייט און מיין איידלקייט, איך בין פארקראכן, איך האב א טעלעפאן וואס ציט מיך צו דברים בטלים און ליצנות, עס ציט מיך צו נישט גוטע זאכן, הייליגער באשעפער איך אליינס ווייס גוט אז איך האב זיך אפגעקילט פון דיר, איך האב שוין נישט די תמימות פון אמאל ביים לערנען און דאווענען, איך האב פארלוירן מיין חשק ביים טון מצוות, אמאל איז דאס געווען מיט שמחה און התלהבות; איך בין געווארן קאלט, איך פאל, איך בין נישט אין א גוטע פלאץ, איך בעט דיך הייליגער באשעפער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען שטארקן עס אוועק צו ווארפן און זיך פירן ווי די ערליכע אידן, העלף מיר זיך שטארקן איך זאל זיין אן ערליכער איד, זיך פירן מיט תמימות ופשיטות, און נישט הערן קיין דרשות של דופי, נישט הערן אינטערוויוס פון מענטשן וואס האלטן זיך קליגער פון די ערליכע רבנים"; נאר די עצה בלייבט איבער, צו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג מיט הייסע טרערן מען זאל זוכה זיין צו קענען בלייבן מיט די ערליכקייט, מיט די תמימות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.