בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
מיר קומען שוין נענטער צו ראש השנה, מיר גרייטן זיך זייער צום רבינ'ס ראש השנה, דער רבי זאגט אלע זאלן קומען צו אומאן זיין ביי אים, איך האף דיך צו זען ראש השנה.
אנשי שלומינו פירן זיך די ערשטע טאג ראש השנה נישט צו רעדן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן", די ערשטע טאג ראש השנה, "צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", דארף מען רעדן ווייניג, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו טראכטן נאר גוטע מחשבות, אז עס קומט א גוטע יאר, אויך דארף מען זיין פרייליך ראש השנה, און אויך וויינען; פיר זאכן זאגט דער רבי: טראכטן גוט, זיין פרייליך, וויינען און ווייניג רעדן; דאס איז אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן.
יישר כח פארן אנרייצן מיין זון צו לערנען יעדן טאג אן עמוד גמרא. זייט דו האסט אים געגעבן די גוטע זאך פאר די תנאי – קומט ער ארויס פון בעט, ער זאגט: "איך דארף טון וואס איך האב צוגעזאגט"; יישר כח.
שטארק זיך מיט לערנען שיעורים כסדרן במקרא, משנה, גמרא, מדרש והלכה וכו'; דורך לערנען די הייליגע תורה – ווייסט מען וואס מען האט צו טון בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), מען דארף האבן א גרויסע זכי', "לֵידַע", צו וויסן, "מַה שֶּׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת", וואס מען האט צו טון אויף די וועלט, "אַךְ יִשְׂרָאֵל, אֵין צְרִיכִים לָזֶה, כִּי כְּבָר הֵם יוֹדְעִים מַה לַּעֲשׂוֹת עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה ווייסט מען וואס מען האט צו טון אויף די וועלט.
חודש אלול פירט מען זיך צו עוסק זיין אין זאגן תיקונים, דאס איז מטהר די נפש, אויך זאגט מען דעם רבינ'ס ספרים. שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען איידער דו גייסט ארבעטן, זאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר געבן ישועות אין אלע בחינות.
א כתיבה וחתימה טובה, א זיסע יאר.