בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
זיי זיך מחזק מיט די עצה פון התבודדות. נעם אראפ אפאר מינוט, פינף מינוט יעדן טאג; גיי אין א ליידיגע פלאץ, גיי מיט דיין קאר צו א ליידיגע גאס און רעד צום אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, נאר דאס וועט דיר העלפן.
האסט דאך שוין געזען וואס פאסירט ווען מען טראכט 'דער שדכן וועט מיר העלפן, יענער שדכן האט פאר מיר מיין שידוך', ביסט שוין ארויס זיך טרעפן מיט אן א שיעור מיידלעך, ביים סוף האט זיך גארנישט אויסגעלאזט. יעצט איז געקומען די צייט ארויס צו גיין יעדע נאכט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מאל דו וועסט מאכן א פגישה מיט'ן אייבערשטן, דו וועסט רעדן מיט אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט, דו וועסט אים דאנקען אויף דיין לעבן און נאכדעם וועסטו אים בעטן אויף א שידוך, און אז דו וועט זוכה זיין צו לאזן אפאר הייסע טרערן, דו וועסט וויינען: "רבונו של עולם, איך וויל שוין חתונה האבן, איך וויל שוין נישט זיין א פלג גוף, א האלבע מענטש" - די פגישות וועט ברענגען דיין שידוך.
ארויסגיין רעדן מיט'ן אייבערשטן קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט פארן, קומען, גיין וכו' וכו'; וואו דו געפונסט זיך - דארט געפונט זיך דער אייבערשטער.
ברודער, נעם די עצה - וועסטו זען גרויסע ניסים.
איך האב דיר זייער ליב.