בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען טשעפעט די קינדער אלס ברסלב
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א ווייטאגליכע זאך אז מען טשעפעט ענקערע קינדער מיט ליצנות, אסאך פון אנשי שלומינו גייען דאס אריבער, עס טוט מיר זייער וויי, עלטערן קענען נישט צוזען ווי מען טשעפעט זייערע קינדער און נאך דערצו אלס ברסלב, מען שפעט פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים.


ווען אייער מאן דארף גיין דאווענען מיט זיין טאטע און די קינדער ווילן נישט גיין דארט דאווענען ווייל מען טשעפעט זיי, איר ווילט וויסן אויב מען קען זיי געטרויען צו דאווענען ביי אונז אין שול, אין היכל הקודש - אנעם טאטן; דאס איז נישט לכתחילה, נאר אז מען בעט איינעם פון אנשי שלומינו זאל זיין אחראי אויף זיי, און אויך אנזאגן די קינדער זיי זאלן וויסן אז זיי זאלן דאווענען מיט אים און נישט זיין הפקר.


בעטס דעם אייבערשטן פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער, מען דארף אויף יעדע קינד באזונדער בעטן אז זיי זאלן זיין דבוק צום צדיק אמת און צו זיינע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.