בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, לעיקוואד
דייין טאטע האט מיר געשריבן די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן ששה סדרי משנה, און יעצט האסטו אנגעהויבן לערנען גמרא - תלמוד בבלי, דו גרייטסט זיך צו ענדיגן ש"ס אויף דיין בר מצוה.
דאס איז זייער פרייליכע נייעס; צו הערן אז א יונג קינד ווי דו ביסט - זאל האבן די שכל און די התמדה אויסצוניצן די צייט פאר עבודת השם, צו לערנען תורה.
די יונגע יארן זענען די בעסטע און שענסטע יארן, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה חלק א, סימן עג), דאס דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב ווי די עבודה אויף דער עלטער; אויך דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו שרייבט אין א בריוו פאר זיין זון (נדפס בסוף ספר ישמח משה על נ"ך), אז איין שעה אין די יונגע יארן איז אזוי ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער.
געב א גרוס דיין חשוב'ער טאטע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.