בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב יעדע וואך מיט מסירות נפש
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון קרית ברסלב פונעם פארגאנגענעם יאר תשפ"א.


לאות ולזכרון ולהכרת הטוב אויף וואס דו ביסט זיך אזוי מוסר נפש מידי שבוע בשבוע צו בודק זיין דעם עירוב; ווינטער, זומער, אין די היצן, אין די קעלט, אין שניי, אין רעגן און אין די פארנומענסטע צייטן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.