בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן העלפן דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין
קינדער, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות ווען מיר גייען מקבל זיין די תורה וויל איך דיר דאנקען פאר'ן מיר העלפן צושטעלן א פלאץ פאר די בחורים און קינדער זיי זאלן האבן וואו צו לערנען, דורך דעם וואס דו העלפסט צו קענען דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד) אז ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געבעטן פון די אידן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגטס מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה.


זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה; דאנק איך דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך דעקן די רענט אזוי געטריי אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר, ישיבה און מיידל סקול.


א גוט יום טוב.