בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
בשם כל הקהל הקודש הזה דרוקן מיר אויס אונזער הכרת הטוב פאר'ן צושטעלן אזא שפע פון עסן; דו וואלסט געדארפט דא זיין און זען ווי צענדליגער משפחות קומען נעמען פון די גוטע עסן, אלע האבן זיך אזוי מחי' געווען, וגם אני בתוכם.
דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן פאר די גוטע מעשים וואס דו טוסט כסדר מיט'ן העלפן אידישע הונגעריגע נפשות, ובזכות דיינע אנדערע גוטע מעשים – זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדערלעך און קינד'ס קינדער.
אז איך שרייב דיר שוין וויל איך דיר דערמאנען זאלסט זיך שטארקן מיט לערנען תורה יעדן טאג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה נג, ב) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן" - אֵימָתָי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לָאָדָם, ווען זעט מען די שמייכל פון די תורה? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", דעם לעצטן טאג, ווען מען וועט אונז אויסטון די קליידער און אריינלייגן אין קבר, מען וועט צודעקן דעם קבר מיט ערד, דעמאלט וועט אפיר קומען די פרקים משניות, די בלעטער גמרא, די קאפיטלעך תהלים וכו' וכו', דעמאלט וועט זיין "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן", דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון אריינכאפן יעדן טאג אביסל תורה ותפלה.
איך האף דו קומסט צום רבי'ן אויף ראש השנה. געלויבט דעם אייבערשטן איך האב שוין טיקעטס פאר מיר מיט מיינע קינדער, די פאספארטן זענען גרייט, מיר ווארטן שוין צו פארן.