בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
א גרויסן יישר כח פאר'ן צושטעלן אזא שיינע שבת; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אויף שבת.
די וועלט זאגט: "א גאסט אויף א ווייל זעט אויף א מייל"; איך מוז דיר זאגן אז דו אליינס ווייסט נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער – קיין עין הרע; איך האף אז דו שעצט און ביסט מכבד דיין ווייב, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו עשירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", זייטס מכבד ענקערע ווייבער וועט איר רייך ווערן.
איך בעט דיר זייער: "שטארק זיך", "דראפע זיך און דערהאלט זיך"; האב שייכות מיט די חברים פון בלומינג גראוו, זיי זענען טייערע אינגעלייט און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט שבת; עס הערשט א ריינע לופט אין בית המדרש נאר צוליב דאס ליבשאפט איינער צום צווייטן.
האלט פאר דיינע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט דיר געזאגט ווען דו האסט געוואלט וכו': "אז דו וועסט נישט אנטלויפן וועסטו האבן שיינע זאכן"; קוק ווי עס ווערט נאר שענער און שענער.
דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.
...