בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די יסוד פון זיין א גוטער מלמד איז 'שמחה'
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, די יסוד פון זיין א גוטער מלמד איז 'שמחה', דער מלמד זאל זיין פרייליך, 'בגדלות המוחין'; אויב חס ושלום דער מלמד איז אין עצבות ומרה שחורה, בקטנות המוחין – קען זיין סכנת נפשות, מען קען צעקלאפן די קינדער און זיי מאכן פאר בעלי מומין השם ישמרינו.


מוהרא"ש זאגט, דערפאר ליינט מען פרשת במדבר א וואך פאר יום טוב שבועות, מען ליינט ווי די תורה ציילט די אידן, זאגט רש"י (במדבר א, א): "מתוך חבתן לפניו מונה אותם כל שעה", פון גרויס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט ליב אונז אידישע קינדער ציילט ער אונז שטענדיג; ווייל מתן תורה און קבלת התורה קען נאר זיין פון גרויס ליבשאפט, נאר אזוי קענען די תלמידים מקבל זיין.


על כן זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, לאז זיך נישט פארנארן פון די פרומע קליפות, פון די פרומע שטן, וואס מאכט דיך 'זייער ערנסט', און מאכט דיך זען נאר חסרונות, ניץ דעם רבינ'ס עצות פון זוכן נאר דאס גוטס ביי דיר, ביי די קינדער; בוי זיי אויף.


איך האב נאך אסאך צו זאגן, אבער כל זמן דו ביסט בקטנות המוחין, דו ביסט נישט גרייט צו הערן – וועל איך זיך צוריק האלטן...