בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדעס ווארט גייט אריין, און העלפט זיי שפעטער אין לעבן
מאוויס, תלמיד, בחורים, חינוך, מלמד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן די מעסעדזש.


טרייב אוועק די נארישע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טוסט גארנישט אויף, און וואס איז שוין ווערד דיין שווערע ארבעט, און ער ווייזט דיר די נישט גוטע זאכן ביי די תלמידים; טרייב זיי אוועק, די מחשבות זענען נישט אמת, די טוסט יא אויף, און די תלמידים באקומען אסאך יראת שמים פון דיר און אסאך עצות פאר די לעבן; און דאס וואס מען זעט נישט ווי זיי דאווענען און לערנען וכו' וכו' - דאס איז גארנישט, ווייל אזוי גייט עס, נישט אלע תלמידים טוישן זיך גלייך נאכן הערן א שיעור, נאכן הערן א שמועס; ביי ווייניג זעט מען גלייך א טויש, ביי רוב נעמט עס צייט, אבער דאס איז זיכער אז יעדע ווארט אמונה, קדושה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו קינדער און בחורים - גייט אריין אין זיי און עס העלפט זיי אויף שפעטער אין לעבן.


רעד צו די בחורים זיי זאלן נישט קוקן קיין מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן; ווייל אזוי הייבט זיך אן די זאך פון קוקן עבירות, מען קוקט אידישע זאכן ביז מען ווערט צוגעקלעבט צו קוקן, מען קען שוין נישט אנגיין אן קוקן זאכן, נאכדעם פאלט מען אין א טיפע גרוב השם ישמרינו, מען קוקט עבירות, און דעמאלט איז געענדיגט, מען פארלירט אלעס, און עס איז זייער זייער שווער דעמאלט אפצולאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.