בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
א שאד אז דו האסט אויפגעהערט צאמנעמען פון אנשי שלומינו זכותים פאר די ספר תורה וואס מיר האבן אנגעהויבן שרייבן פאר אומאן ראש השנה לזכות דעם רבי'ן. עס זענען דא פרישע מקורבים, אויך פרישע אינגעלייטלעך וואס ווילן האבן א זכות אין די מצוה פון שרייבן א ספר תורה, און אליין וועלן זיי לכאורה נישט אנקומען צו שרייבן א ספר תורה, און ווי קענען זיי טון די מצוה פון כתיבת ספר תורה? נאר אז מען שרייבט א גאנצע עולם, קען יעדער איינער האבן די זכותים און די סגולות וואס מען איז זוכה.
בעט יעדן איינעם פון אנשי שלומינו, סיי די בחורים, סיי די אינגעלייט, ווער עס וויל האבן א חלק אין די מצוה פון שרייבן א ספר תורה פארן הייליגן רבי'ן. מען וועט ליינען אין דעם אין אומאן ביים רבינ'ס ראש השנה, און אויך א גאנץ יאר ביי אונז אין שול אין שטעטל. אויך איז דאס א סגולה פאר עשירות. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן לו): "לִכְתֹּב סֵפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְפַרְנָסָה", שרייבן א ספר תורה איז מסוגל פאר עשירות.
אויך זאלסטו קומען אין שול צו שחרית מנחה מעריב מיט הוט און רעקל. אפילו ביי שחרית וואס מען טוט אן די טלית, קען מען טראכטן 'וואס פעלט אויס צו קומען אין שול מיט א גאנצע שלעפ, מיט א הוט און רעקל?' מאך עס נישט אזוי שווער, עס וועגט נישט אזוי שווער, די גרויסע טעלעפאן - דאס איז וואס וועגט שווער, אין שול קום מיט דרך ארץ און יראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.