בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען עס קומט צו מצוות - איז נישט די פלאץ צו שפארן געלט, ווען עס קומט צו טון מצוות - דארף מען עס מאכן די שענסטע און די בעסטע; און עס איז מיר א וואונדער צו זען אינגעלייט אין שטעטל מיט שיינע גרויסע הייזער, און די סוכה איז ער יוצא מיט א פאפ-אפ סוכה; דאס ווייזט אז די סוכה איז אים בכלל נישט חשוב, נאר די הויז, די ליווינג רום, מיט די דיינינג רום, דאס איז חשוב, און אזוי אויך די וואס מאכן יא א סוכה מיט ברעטער אן א שלאק, קומט אויס אז רוב יום טוב זיצט מען אין שטוב ווייל מען האט נישט קיין שלאק (ביי אונז אין חוץ לארץ רעגנט אסאך די צייט פון סוכות). עס איז מיר א וואונדער, ווי קען זיין אז ביים הויז דארט שפארט מען נישט, דארט מאכט מען מיט אלע פיטשעווקעס, מען לייגט אריין אלע סארט איבריגע זאכן, און ביי די מצוות - דארט שפארט מען, דארט דערמאנט מען זיך פון די שיחות פון נישט בארגן און נישט אויסגעבן.
יעצט איז די צייט צו מאכן א שלאק, יעצט ווינטער קען מען דאס האבן פאר האלב די פרייז, א שלאק וואס מען בעט צוועלף טויזנט דאלער אין די זומער טעג - קען מען יעצט באקומען אין די ווינטער טעג פאר זעקס טויזנט דאלער.
אז מען רעדט פון די מצוה פון סוכה וויל איך זאגן א שיינע זאך וואס מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם וואס דער רבי זאגט אין ספר המידות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן נז): "לְמַחֲלֹקֶת", געראטעוועט צו ווערן פון מחלוקת - "יִלְמַד מַסֶּכֶת סֻכָּה", איז די עצה צו לערנען מסכת סוכה; זאגט מוהרא"ש, ווען א מענטש באהאלט זיך אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, דאס הייסט ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע טעג, ער האט צו טון מיט אנדערע, מענטשן ווילן אים שלעכטס טון - זאל ער זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, ער זאל לערנען מסכת סוכה, וואס סוכה איז אז מען זיצט אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, בצילא דמהימנותא; ווערט מען באשיצט פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.