בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה
כיבוד אב ואם, שמחה, כעס, זריזות, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה, זיי נישט פויל זיי א זריז, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן; אז דו וועסט אפשטופן אויף מארגן - וועסטו זיך טרעפן חנוכה מיט די סוכה נישט צאמגענומען. און אויך זאלסטו היינט אריבער גיין צו דיינע עלטערן מיט דיינע ברידער און היינט העלפן דיין טאטע צונעמען די סוכה און דאס אוועק לייגן, ווייל זריזות איז אזוי הייליג, עס ברענגט צו די העכסטע מדריגות. אין חב"ד זאגט מען: "א קלוגער טוט היינט און א טיפוש זאגט 'מארגן וועל איך טון'".


זע אין שטוב זאל זיין רואיג, עס זאל זיין שמחה, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען דער טאטע רעגט זיך; כעס אין שטוב מאכט חרוב די קינדער, אפגערעדט אז עס נעמט אוועק די פרנסה און עס מאכט חרוב דאס לעבן, און קיינמאל זאלסטו נישט שרייען אויף דיין ווייב, און קיינמאל איר נישט וויי טון - וועט די שכינה זיין ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אונטערן שאטן פונעם אייבערשטן
אמונה, סוכות, פדיון נפש, השגחה פרטית, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב באקומען די פדיון נפש ערב ראש השנה פון דיר פון טויזנט דאלער מיט די קוויטל, די נעמען פון דיין גאנצע משפחה; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון דיר, דיין ווייב מיט אלע דיינע קינדער.


ווען עס קומט די הייליגע יום טוב סוכות דארף מען זיך זייער פרייען אז מיר זענען זוכה צו מקיים זיין די הייליגע מצוות פון סוכה און פון שאקלען די ד' מינים, און ווען מען זיצט אין די הייליגע סוכה דארף מען געדענקען אז מען איז ארום גענומען פון אלע זייטן מיטן אייבערשטן, מען זיצט אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, בצל האמונה.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס וואס דו זעסט איז אלקות, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס, אלעס איז אזוי ווי א קלייד וואס דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט, אבער אלעס איז נאר ער, און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, אלעס איז פונעם אייבערשטן מיט א פינקטליכער חשבון, ווייל די מצוה פון סוכה איז מסוגל אויף אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (ויקרא כג, מב-מג): "בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים ... לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם", אז מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ארויסגענומען אידישע קינדער פון מצרים; אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער איז אלעס, ער טוט אלעס, און אויך אלעס וואס גייט אריבער מיט דיר פערזענליך, יעדע זאך פון דיר און פון דיין משפחה - אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון און אלעס איז נאר פאר דיין טובה.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים ווי אזוי ער וויל - איז דאך גוט, און אפילו ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס איז נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה, איז אים דאס לעבן נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל אז ער האט נישט קיין אמונה האט ער גארנישט, ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס.


ווען דו ביסט אין די סוכה זאלסטו זיך אויס'משל'ן ווי דו ביסט יעצט פריוואט, דו מיטן אייבערשטן אליינס, דו האסט יעצט די מעגליכקייט צו רעדן פריוואט; זאלסט זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אויף דיין שפראך, אין די שפראך וואס דו ביסט באקוועם צו רעדן. בעט דעם אייבערשטן פאר א שטארקע אמונה, בעט דעם אייבערשטן די פאר ווערטער וואס מען בעט אין די תפילה ביים אריינגיין אין די סוכה: "וְתִתֶּן לִי זְכוּת לָשֶׁבֶת וְלַחֲסוֹת בְּסֵתֶר צֵל כְּנָפֶךָ, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין מיין גאנצע לעבן צו געדענקען פון דיר, איך זאל אלץ שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ווי איך זיץ אונטער דיין שאטן, אזוי וועל איך נישט נאכלויפן קיין מענטשן, איך וועל נישט חנפה'נען קיינעם, איך וועל נישט מורא האבן פון קיינעם, איך וועל וויסן אז קיינער קען מיר נישט העלפן און קיינער קען מיך נישט שעדיגן, אלעס איז פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#3 - איך בין אן איינגעפאלענע סוכה, בוי מיך אויף
שמחה, התחזקות, סוכות, אומאן ראש השנה, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ערשטע אות פון שם הוי"ה, י"א תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו אז מיר זענען געווען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


ווען דו זיצט אין די סוכה זאלסטו אויפהייבן דיין קאפ, קוק ארויף; וואס זעסטו? סכך, וואס איז סכך? פון וואס מאכט מען סכך? וועסטו זען אז מען מאכט נישט סכך - נישט פון זילבער, נישט פון גאלד, נאר פון 'פסולת גרן ויקב', פון די איבריגע צווייגלעך און איבריגע שאלאכטס וואס מען ווארפט געווענליך אין מיסט, מען קען גארנישט מאכן דערפון, מיט זיי מאכט מען די הייליגע מצוה פון סוכה; דאס לערנט אונז אז אפילו איינער וואס ער שפירט איבריג, ער זעט זיך ווי פסולת... ער ווייסט אז ער איז אפפאל, ער איז גארנישט ווערד, דאך אויב וועט ער זיך שטארקן נישט אויפצוגעבן, ער וועט נישט אפלאזן זיין גוטע ווילן און ער וועט זאגן פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין גוט - וועט ער זוכה זיין אז די שכינה הקודשה וועט ביי אים רוען.


ליבער ברודער, ווען דו זיצט אין די הייליגע סוכה, וועט דער יצר הרע פרובירן דיך צו צעברעכן, ער וועט דיך מאכן שפירן ווי דו ביסט שוין א פארפאלענער, דאך בעט איך דיר זאלסט זיך זייער שטארקן און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז איך בין 'פסולת גרן ויקב', איך בין גארנישט ווערד, איך בין אזוי נידריג, איך בין אזוי ווייט פון דיר, אבער רבונו של עולם טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין גוט, טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין אן ערליכער איד, איך וויל דאווענען, איך וויל לערנען און טון די מצוות, איך בעט דיר אייבערשטער 'וְתָקִים אֶת סֻכַּת דָּוִד הַנֹּפָלֶת', בוי צוריק אויף מיין סוכה, מיין לעבן, איך בין אן איינגעפאלענע סוכה, בוי מיך אויף, מאך פון מיין פסולת א כלי צו מקבל זיין קדושה וטהרה, איך זאל דיך קענען דינען מיט גרויס שמחה און גרויס פרייד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#2 - יישר כח פארן מיר געבן א מתנה א שלאק פאר סוכות
סוכות, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


יישר כח פארן מיר געבן א מתנה א שלאק אויף מיין פארטש צו קענען האבן א געשמאקע סוכות, אז אויב עס וועט רעגענען וועלן מיר קענען בלייבן אין די סוכה און האבן א שמחת יום טוב.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר, א יאר מיט נחת פון די קינדער, א יאר פון שמחה און פון שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן אינאיינעם מיט דיין ווייב און דיינע ליכטיגע קינדער.


כתיבה וחתימה טובה.

#1 - די הייליגקייט פון די מוסדות
צניעות, מוסדות, סוכה, באס דרייווערס, חינוך