בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו העלפסט אין חדר, דו געבסט גוטע ווערטער פאר די קינדער, דו געבסט זיי ליבשאפט און ווארעמקייט. דאס אויפבויען קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער, דאס בויעט זיי אויף זיי זאלן זיין זעלבסטזיכער, זיי זאלן זיין געזונט בנפש, דאס איז די וויכטיגסטע זאך.
בנוגע וואס דו זאלסט טון ווען דו גייסט יום טוב פסח עסן ביי דיין שווער, ער עסט מאשין מצות; זאלסטו זיך מיט ברענגען מצות עבודת יד און נישט עסן קיין מאשין מצות.
דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט די מצות, עס זאל דיר זיין זיס די מצות. צדיקים זאגן, עס שטייט אין די תורה (שמות יב, יח): "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת", מיט א זיסקייט זאלסטו עסן די מצות.
בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל נישט פארגעסן פון דיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.