בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז אפ געלט, כאפ דיך אן אין אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט די עצות פון רבי'ן, מיט די עצה פון תפלה והתבודדות. יעדע זאך וואס גייט אריבער וכו' זאלט איר זיך ווענדן צום אייבערשטן.


עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, אויף א בשר ודם וואס היינט איז ער דא און מארגן איז ער שוין נישט דא; מען דארף זיך נאר פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


חזר'ט אייך די ווערטער וואס אונזער הייליגער פרומער בעל תפלה פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפלה): "און ווייטער איז נישט דא קיין תכלית אויף די וועלט נאר דינען גאט ברוך הוא, אלעס אנדערש איז נארישקייטן".


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארכאפט ווערן אין די שרעקליכע תאוה פון תאוות ממון; דא ביי אונז אין אמעריקע איז זייער ביטער, כמעט יעדער מענטש וואס מען טרעפט רעדט פון געלט, געלט, געלט. עס זענען דא איינצעלנע אינגעלייט וואס מען קען מיט זיי שמועסן פון דאס נארישקייט פון געלט, איך האף אז איר זענט פון דעם בעל תפילה'ס לייט וואס רעדן נישט פון געלט נאר פון אמונה אין בורא כל עולמים.


איך האף אם ירצה ה' צו קומען פאר א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש בית שמש, בקרוב.