בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז אפ וויין און ברוינפן
בחור, שידוכים, שכרות, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הער איך אז דו ביסט צוריק געגאנגען צום טרינק; דיין זיידע זאגט מיר ער זעט ביי דיר פלעשער ברוינפן, ער האט מיר געבעטן איך זאל נישט זאגן אז ער האט אויסגעזאגט, אבער איך זאג יא ווער עס האט מיר געזאגט, ווייל איך וויל דיר ראטעווען פון די מחלה ה' ישמרינו.


וואס איז דיין פלאן? ביז א קורצע צייט שטייסטו אין שידוכים, דו ווילסט אוודאי חתונה האבן, נו וואס טראכסטו? ווער זאל וועלן א שיכור פאר א מאן? איך וועל דארפן זוכן פאר דיר א כלה וואס טרינקט אויך.


איך האלט פון דיר, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס, דעריבער בעט איך דיר: "לאז אפ וויין און ברוינפן, אפילו ביר זאלסטו נישט טרינקען!"


לערן יעדן טאג די תורה פון רבי'ן, לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כו – וואס רעדט זיך פון שכרות, און זאג די תפלה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן כג).


אויך זאלסטו לערנען די פסוקים אין ספר משלי, די מוסר רייד פון שלמה המלך'ס מאמע, ווי זי זאגט (משלי לא, ד-ז): "אַל לַמְלָכִים לְמוֹאֵל", עס פאסט נישט פאר קעניגן וואס זענען נאנט צום אייבערשטן זיך אזוי צו פירן, "אַל לַמְלָכִים שְׁתוֹ יָיִן", עס פאסט נישט פאר קעניגן צו טרינקען וויין, "וּלְרוֹזְנִים אֵי שֵׁכָר", פאר גרויסע הערשער איז נישט גוט אלטע וויין, "פֶּן יִשְׁתֶּה וְיִשְׁכַּח מְחֻקָּק", ווען מען טרינקט – קען מען פארגעסן די הייליגע תורה וכו', "תְּנוּ שֵׁכָר לְאוֹבֵד", וויין איז גוט פאר רשעים וואס גייען סיי ווי ווערן אויס, זיי ווערן פארלוירן, "וְיַיִן לְמָרֵי נָפֶשׁ", וויין איז גוט פאר דערביטערטע מענטשן, "יִשְׁתֶּה וְיִשְׁכַּח רִישׁוֹ", דורכן טרינקען פארגעסן זיי זייער ארעמקייט, "וַעֲמָלוֹ לֹא יִזְכָּר עוֹד", זיי געדענקען נישט זייער פלאג, אבער דו טרינק נישט.


קוק די פסוקים אין משלי סוף קאפיטל כג: "לְמִי אוֹי לְמִי אֲבוֹי", אויף וועם איז א קלאג? "לְמִי מִדְיָנִים", ווער קריגט זיך? "לְמִי שִׂיחַ", ווער רעדט אסאך? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם", ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם", ווער האט רויטע אויגן? שלמה המלך פרעגט די פראגעס, און ענטפערט: "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", פאר די וואס טרינקען וויין, "לַבָּאִים לַחְקֹר מִמְסָךְ", פאר די וואס קומען פארשן ווי אזוי מען מאכט שטארקע וויין, גוטע וויין.


לערן די אלע פסוקים פון משלי און זאג די תפלה, ווייל איך ציטער וואס וועט זיין דיין סוף.


איך וויל דיר העלפן, איך ווארט דו זאלסט מיר ענטפערן אויף די בריוו.