בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז דיין ווייב שלאפן
שלאפן, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיין פארזיכטיג מיט דיין ווייב; בפרט יעצט אין די חדשים וואס זי ווארט וכו' - דארפסטו מער אכטונג געבן אויף איר געזונט.


זע אז זי זאל קענען שלאפן, וועק איר נישט אויף; עס איז זייער אן איינגעשטעלטע זאך אוועק צו נעמען שלאף פון א פרוי, פון א מאמע; בפרט אין די חדשים לאז איר אביסל שלאפן.


אינדערפרי דארף זי אויפשטיין מיט די קינדער, א גאנצן טאג האט זי איר ארבעט אין שטוב, שפעטער ווען די קינדער קומען אהיים פאלט זי שוין פון די כחות, ענדליך אז זי לייגט זיי שלאפן און זי פאלט אריין אין בעט - טארסטו איר נישט אויפוועקן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף איר; נאר דו וועסט מרוויח זיין פון דעם; גלייב מיר, איך האב גארנישט פון דעם, איך שרייב דיר דעם בריוו אום דריי אזייגער פארטאגס, איך געב אוועק פון מיין שלאף, פון מיין לעבן - אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, פאר דיינע קינדער - זיי זאלן האבן א טאטע און א מאמע.


איך מיין נאר דיין שלום בית.