בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז נישט אנדערע זיך אריינמישן אין דיין לעבן
לימוד התורה, חתונה, הדרכות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב! דו גייסט יעצט חתונה האבן, וועסטו קענען זיין אן ערליכער איד, לערנען תורה בטהרה; איך האף דו וועסט אויסנוצן דיינע יונגע יארן נאך די חתונה מיט תורה און עבודת השם.


געב אכטונג פון די וואס זוכן אריין צו שטעקן די נאז וכו'; רעד נישט מיט אנדערע קיין איין ווארט וואס איך האב דיר געלערנט, אלע הדרכות וואס דו האסט געלערנט איז נאר צווישן דיר און דיין ווייב תחי'.


געב אכטונג פון די וואס מאכן אן ערנסטן פנים און פרעגן קשיות וכו'; רעדן פון די זאכן איז ניבול פה, דאס איז נישט פאר שמועסן, דאס איז נאר פאר די וואס זענען מדריך חתנים. בפרט אז דו גייסט קיין ארץ ישראל, דארט זענען דא כמה בטלנים איכא בשוקא - אסאך גייען דארט ליידיג; געווענליך די ליידיגגייערס - די רעדן ניבול פה. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות נאוף, חלק ב', סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה בְּמִשְׁגָּל וּמְדַבֵּר דִּבְרֵי טִנוּף תָּמִיד", על פי רוב, די אלע וואס גייען ליידיג די ליגן אין די תאוה.


פיר זיך מיט די עצות וואס דו האסט געלערנט די אלע יארן אין ישיבה; זיי זיך קובע שיעורים בכל התורה כולה, יעצט איז די צייט צו לערנען פלייסיג. אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין; מאך זיך א באשטומטע צייט צו רעדן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך און מאך פרייליך דיין ווייב.