בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז נישט אפ דעם משניות דיין גאנץ לעבן
חברים, משניות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו האסט יעצט מסיים געווען גאנץ ששה סדרי משנה; דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט, איך האב הנאה אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן.


יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהויבן א שיעור אין משניות, ביז דו וועסט ענדיגן נאכאמאל, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן; זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן די משניות. משניות איז מזכך ומטהר את הנפש, משניות איז משנה דעם מענטש, משניות איז אזוי ווי סטי"ל ווא"ל, עס נעמט אראפ אלע פלעקן, מען ווערט צוריק אינגאנצן ריין.


חבר זיך נאר מיט גוטע חברים, חבר זיך מיט חברים וואס לערנען און דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


שיק א גרוס פאר דיין טאטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.