בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאך זיך אויס פון אלעס
שמחה, אמונה, התחזקות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


שלמה המלך זאגט (משלי יח, י): "מִגְדַּל עֹז שֵׁם ה'", ווי א שטארקער טורעם איז די נאמען פונעם אייבערשטן, "בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק וְנִשְׂגָּב" אין אים לויפט דער צדיק און ער ווערט געשטארקט.


דאס איז די עצה וואו זיך צו באהאלטן ווען עס גייט אריבער שווערע ציפעדיגע טעג, נאר ביים אייבערשטן; זוכן א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן איז א שטארקע טורעם וואו מען קען זיך באהאלטן פון אלעם שלעכטס, און ווער לערנט אונז דאס? דער צדיק, "בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק", דער צדיק זאגט: אנטלויף צום אייבערשטן, "וְנִשְׂגָּב", און אזוי וועסטו ווערן שטארק, ווייל עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל אזוי שטארקן מענטשן בגוף ובנפש ווי תפילה והתבודדות, מען באקומט א שטארקע מח, מען האט פון קיינעם קיין מורא נישט, והבן למעשה.


טייערער ברודער, לאך זיך אויס פון אלעס. דער הייליגער בעל בשם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביזט נישט ווערד קיין קרעכץ".