בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לייג אלעס אין די זייט אז דיין ווייב זאל זיך קענען אויסלופטערן
שלום בית, הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט נישט גערעכט אז דו ביסט נישט אין שטוב די איין מאל א וואך וואס דיין ווייב וויל גיין שעפן פרישע כוחות פון די פרויען צאמקום; דו האסט נישט קיין השגה וויפיל חיזוק א פרוי, א מאמע פון קינדער - דארף האבן; לייג אלעס אין די זייט אז די נאכט וואס די פרויען קומען זיך צאם זיך אויסלופטערן און צו הערן חיזוק אויף זיין א א מאמע מיט א ווייב – זאל דיין ווייב קענען גיין.


אויך אז דו ביסט א מפיץ זאלסטו זיין א חכם צו וויסן ווען צו גיין הפצה און ווען צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל באקומען אירע כוחות, איר לופט צו אטעמען; זאלסט זיין אין שטוב צו איבערנעמען די ארבעט מיט די קינדער אז זי זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.