בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ליכטיגקייט פון חנוכה איז פאר יעדן איינעם
חנוכה, אמונה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


וואס איז די זאך פון די מהדרין, אז יעדער איינער זאל פאר זיך צינדן באזונדער יעדע נאכט פון די אכט טעג חנוכה א לעכטל?


מוהרא"ש זאגט, עס זענען דא וואס זענען זיך טועה, זיי זאגן, עס איז טאקע אמת אז דער אייבערשטער מאכט ניסים אין יעדן דור מיט כלל ישראל, אבער בפרטיות מיט אים – שפירט ער נישט אז עס האט מיט אים א שייכות, ער מיינט אז די אלע ליכטיגע עצות פון די צדיקים זענען נישט פאר אים, כאילו ער קען שוין נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון די תורה און מצוות, דעריבער צינדט מען כשיטת המהדרין, נר לכל אחד ואחד, אז יעדער איינער זאל וויסן אז די ליכטיגקייט פון די חנוכה לעכט האט מיט יעדן איינעם א שייכות, און אפילו דו שפירסט עס נאכנישט, עס איז בבחינת "וירא את המקום מרחוק", עס איז נאך פון דערווייטנס, דאך האט עס שייכות מיט יעדן איינעם; און די מהדרין מן המהדרין לייגן צו א לעכט יעדע נאכט, צו ווייזן אז יעדן טאג ווערט מער און מער ליכטיג, און מיט די גוטע זאכן וואס מען טוט, די נקודות טובות וואס מען איז זוכה אריין צו כאפן יעדן טאג – ווערט נאך מער ליכטיג.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי וואס האט רחמנות אויף אונז און איז אונז מחזק מיט אלע חיזוק, און איז אונז מקרב מיט די גרעסטע התקרבות.


וואויל איז דעם וואס נעמט אריין די הייליגע לימודים לעובדא ולמעשה, ער איז זיך מחזק מיט די נרות חנוכה, ער הייבט אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.